עס קאָן זײַן, אַז הײַיאָר וועט דער ישׂראלדיקער קולטור־מיניסטעריום קיינעם נישט באַלוינען מיטן „ישׂראל־פּריז‟ אין ליטעראַטור, צוליב אַ סקאַנדאַל מיטן פּרעמיער־מיניסטער, בנימין נתניהו, וועלכער האָט באַזײַטיקט צוויי מיטגלידער פֿון דער זשורי, אַבֿנר האָלצמאַן און אַריאל הירשפֿעלד.
זונטיק, דעם 6טן פֿעברואַר, האָט די צײַטונג „האָרץ‟ דערציילט, אַז אַלע פֿינף מיטגלידער פֿון דער זשורי האָבן נאָכדעם פּראָטעסטירט און רעזיגנירט. איינער פֿון זיי, פּראָפֿ׳ ניסים קאַלדעראָן, האָט געטענהט, אַז דער פּרעמיער וויל צוגעבן דעם פּרעסטיזשפֿולן פּריז אַ פּאָליטישן טעם, אַנשטאָט צו לאָזן די פּראָפֿעסיאָנעלע מומחים אָפּצושאַצן דעם שעפֿערישן טאַלאַנט פֿון די קאַנדידאַטן.
איינער פֿון די קאַנדידאַטן, פּראָפֿ׳ יגאל שוואַרץ, האָט זיך אויך באַטייליקט אינעם פּראָטעסט, און האָט דעם 10טן פֿעברואַר צוריקגעצויגן זײַן קאַנדידאַטור. שוואַרץ האָט באַטאָנט, אַז נתניהוס אַרײַנמישונג איז אַן „אומפֿאַרגלײַכלעכער סקאַנדאַל‟, און געבעטן די אַנדערע קאַנדידאַטן צו פֿאָלגן זײַן מוסטער און בויקאָטירן נתניהוס „סאַבאָטאַזש‟.
אַחוץ דעם, ווי מע האָט דינסטיק אויסגעפֿונען, האָט דער ביוראָ פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער אויך פֿאַרווערט אַ נאָמינאַנט, דעם קינאָ־פּראָדוסער חיים שריר, צו באַטייליקן זיך אינעם זשורי פֿאַרן „ישׂראל־פּריז‟ אין קינעמאַטאָגראַפֿיע. לויט אור קשתּיס אַרטיקל אין „האָרץ‟, האָבן נתיהונס באַאַמטע בפֿירוש געזאָגט, אַז זיי זענען נישט צופֿרידן מיט די באַשלוסן פֿונעם קולטור־מיניסטעריום און קאָנען נישט אַרײַנלאָזן געוויסע מענטשן אָפּצושאַצן די קאַנדידאַטן, ווײַל דער פּרעמיער איז פּערזענלעך געשטימט קעגן זיי.
מיטוואָך, דעם 11טן פֿעבוראַר, האָט „האָרץ‟ איבערגעגעבן, אַז נתניהו האָט, פֿון זײַן צד, באַשולדיקט דעם זשורי אין „געפֿערלעך עקסטרעמיסטישע אַנטי־ציוניסטישע‟ טענדענצן. לויט זײַן מיינונג, האָבן זיך אין די לעצטע יאָר באַוויזן צווישן די אָפּשאַצער אַלץ מער „ראַדיקאַלע‟ מענטשן, אַרײַנגערעכנט די, וואָס זאָגן זיך אָפּ צו דינען אין דער אַרמיי. דער פּרעמיער האָט צוגעגעבן, אַז די זשורי־מיטגלידער קלײַבן כּסדר אויס, לויט זײַן מיינונג, זייער פּאָליטישע מיטדענקער, אַנשטאָט די „הויפּטשטראָמיקע‟ פּאַטריאָטישע ישׂראלים. ער האָט דערקלערט, אַז ער האָט באַשלאָסן זיך אַרײַנצומישן, ווײַל „דער ישׂראלדיקער פּריז געהערט צו דער גאַנצער נאַציע‟.
שריר גלייבט נישט, אַז נתניהו האָט פּערזענלעכע טענות קעגן אים. דער פּראָדוסער איז זיך משער, אַז דער פּרעמיער האָט אים באַזײַטיקט, כּדי אַרײַנצוברענגען, אַנשטאָט אים, אַן אייגענעם מענטש. דוד פֿעלבער, דער פֿאָרשטייער פֿונעם קולטור־מיניסטעריום, וועלכער אָרגאַניזירט די באַלוינונג־צערעמאָניעס פֿונעם „ישׂראל־פּריז‟, האָט פֿון פֿריִער געוווּסט, אַז דער פּרעמיער וועט נישט זײַן צופֿרידן מיט האָלצמאַנס און הירשפֿעלדס באַטייליקונג אינעם זשורי. ווען פֿעלבער האָט געבעטן שריר זיך אומצוקערן אינעם זשורי, האָט דער פּראָדוסער זיך אָפּגעזאָגט.
אַזוי צי אַזוי, קאָן דער סקאַנדאַל אונטעררײַסן די גאַנצע באַלוינונג־צערעמאָניע. דער פּרעמיער־ביוראָ האָט זיך אָפּגעזאָגט צו קאָמענטירן דעם אינצידענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.