(שײַכותדיקע אַרטיקלען: //yiddish2.forward.com/node/4694)
פֿון ישׂראל איז אָנגעקומען אַ טרויעריקע בשׂורה — אין עלטער פֿון 94 יאָר איז געשטאָרבן דער שרײַבער צבֿי אײַזנמאַן.
ער האָט געהערט צו דער גרופּע ייִדיש־שרײַבערס, באַקאַנט ווי „יונג־ישׂראל‟, וואָס זייער גײַסטיקער פֿאָטער און וועגווײַזער איז געווען אַבֿרהם סוצקעווער.
אין משך פֿון זײַן לאַנגן ליטעראַרישן וועג האָט צבֿי אײַזנמאַן געשאַפֿן זײַן אייגנאַרטיקן נוסח, וואָס כ‘וואָלט אָנגערופֿן, עלעגישע נאָוועלע — קליין אין פֿאַרנעם און טיף אין אינהאַלט. אָנגעהויבן מיט שרײַבן לידער, האָט ער זײַנע פּאָעטישע פֿליגלען ברייט צעשפּרייט איבער זײַנע קורצע פּאָעטישע דערציילונגען.
קיין מזל־ברכה ווי אַ ייִדישער מחבר האָט ער אין ישׂראל נישט געהאַט; אָבער זיך קיין מאָל נישט אונטערגעגעבן דעם ביטערן גורל פֿון זײַן אַ ייִדישער שרײַבער אין אַ לאַנד פֿון ייִדן; אָן פּשרות צו זיך און צום אַרום האָט ער זיך עקשנותדיק געדראַפּעט אויף די שטומע ווענט פֿון גלײַכגילט צו זײַן מאַמע־לשון. אין די טעג פֿון זײַן ווערן אַ בן־תּישעים האָט ער געשריבן:
װען איך בין מיט מזל אָלט געװאָרן 90 יאָר בין איך געװען זיכער, אַז מײַן קיבוץ, אלונים, װעט מיר מאַכן אַ פֿײַערלעכן קבלת־פּנים. װײַל סוף־כּל־סוף בין איך דאָך אַ לאָנג־יאָריקער חבֿר פֿון דעם קיבוץ, דערצו אַ שרײַבער, און לכּבֿוד מײַן עלטער… אָבער — קײנער האָט דאָס נישט אָפּגעצײכנט…
צבֿי אײַזנמאַן האָט אַ סך פֿון זײַנע דערציילונגען, אָנגעשריבן אין די סוף 1990ער און אינעם נײַעם יאָרהונדערט, אָפּגעדרוקט אין „פֿאָרווערטס‟. אַ טייל פֿון זיי האָט גלענצנדיק רעציטירט אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „די פֿאָרווערטס‟־שעה מיכאל בן־אַבֿרהם. דאָס קאָמפּאַקטל מיט צבֿי אײַזנמאַנס דערציילונגען איז אַרײַן אין דער סעריע פֿון 5 דיסקן, וואָס דער „פֿאָרווערטס‟ האָט אַרויסגעלאָזט, — „מײַסטערס פֿון ייִדישער פּראָזע‟. און אָט וואָס צבֿי שרײַבט אין זײַן בריוו אין רעדאַקציע:
מײַן ליבער באָריס,
איך בין איבערגליקלעך, וואָס איר האָט מיר געשיקט צוויי קאָפּיעס פֿונעם דיסק, וווּ בן־אַבֿרהם לייענט מײַנע שאַפֿונגען. דאָס איז אַ טיילווײַזע פֿאַרגיטיקונג צו מײַן אויג־צושטאַנד, וואָס פֿירט מיך צו בלינדקייט.
אויב מע וועט געפֿינען אַזעלכע ברילן, וואָס וועלן מיר דערמעגלעכן ווײַטער צו שרײַבן, וועט דער „פֿאָרווערטס‟ מיר ווידער געבן אָרט צום דרוקן.
איך נעם אײַך אַלעמען אַרום, מיט ליבשאַפֿט,
אײַער צבֿי.
צבֿי אײַזנמאַן בלײַבט אין זײַנע ביכער.
כּבֿוד זײַן אָנדענק!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.