לעצטנס איז אין ירושלים פֿאָרגעקומען דער 27סטער אינטערנאַציאָנאַלער ביכער-יריד, אינעם קאָמפּלעקס „התחנה‟. עס האָבן זיך באַטייליקט מער ווי 50 פֿאַרלאַגן פֿון דער גאַנצער וועלט, בתוכם רוסלאַנד, איטאַליע, פּוילן און רומעניע. פֿון דעם 5טן ביז דעם 12טן פֿעברואַר האָבן טויזנטער לייענער באַזוכט דעם יריד און באַקענט זיך מיט נײַע אינטערעסאַנטע ביכער.
דאָס יאָר, ווי מיט צוויי יאָר צוריק, האָט די „נאַציאָנאַלע אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור‟ אָנטייל גענומען אינעם יריד מיט אַ גרויסן סטענד. זיבן פֿאַרשיידענע ייִדיש-אינסטיטוציעס, פֿאַרלאַגן פֿון ייִדישע ביכער האָבן אויף איין וואָך זיך פֿאַראייניקט: דער „מפֿעל דבֿ סדן‟, „אַרבעטער-רינג‟, „לייוויק־הויז‟, „בית שלום־עליכם‟, „ז”ק פֿאַרלאַג‟, „מאַגנעס־פֿאַרלאַג‟, און „פֿאָרווערטס‟.
דער ייִדיש־סטענד האָט צוגעצויגן אַ גרויסן עולם, וואָס האָט זיך אינטערעסירט מיט פּראָזע, לערנביכער, דיסקן מיט ייִדיש לידער און DVDs. די מחברין פֿון דעם אַרטיקל האָט אָרגאַניזירט און איז געווען די פֿאַרוואַלטערין פֿון דעם סטענד אין נאָמען פֿון דער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדיש.
איבערצײַגן די אינסטיטוציעס זיך צו פֿאַראייניקן כאָטש אויף איין וואָך — דאָס אַליין איז שוין אַ גרויסע דערגרייכונג!
שוין אינעם ערשטן טאָג האָבן זיך פֿאַרקויפֿט ביכער אויף אַ סומע פֿון 3000 שקלים! צווישן די פֿאַרלאַגן, וואָס גיבן אַרויס ביכער וועגן דער קולטור־געשיכטע פֿון די ייִדן אין מיזרח-אייראָפּע, פֿאַרנעמט דעם אויבנאָן דער „מפֿעל דבֿ סדן‟ בײַם „העברעיִשן אוניווערסיטעט‟, אונטער דער אָנפֿירונג פֿון פּראָפֿ’ יחיאל שיינטוך. דער פֿאַרלאַג גיט אַרויס ביכער אויף העברעיִש און אויף ייִדיש: קינדער-ליטעראַטור, פּראָזע־ווערק, געשריבן אין די געטאָס און לאַגערן, זכרונות, מאָנאָלאָגן פֿאַר טעאַטער, אאַז”וו. פּראָפֿ’ שיינטוך האָט מיר דערציילט, אַז במשך פֿון דער יריד־וואָך, האָט דער „דבֿ סדן-פּראָיעקט‟ פֿאַרקויפֿט אַ היפּשע צאָל ביכער.
דער סטענד האָט פּרעזענטירט דרײַ ספּעציעלע אויסשטעלונגען: די ביכער־ירושה, דעם עזבֿון פֿון אַלכּסנדר שפּיגלבלאַט ז”ל, דעם עזבֿון פֿון מישע לעוו ז”ל און אַן אָפּקלײַב פֿון פּרץ מאַרקישעס ביכער לכּבֿוד זײַן 120סטן געבוירנטאָג.
ישׂראל רודניצקיס צוויי־שפּראַכיק (עבֿרית־ייִדיש) בוך „ווען די וועלט־מלחמה הייבט זיך אָן אַ טאָג שפּעטער‟ האָט אויך אַרויסגערופֿן אַן אינטערעס. צווישן די ביכער, וואָס זײַנען פֿאַרקויפֿט געוואָרן צו מערסטן: זענען די אילוסטרירטע קינדער-לידער פֿון שמואל צעסלער (מפעל דב סדן) (צוויי-שפּראַכיק אַ זײַט קעגן אַ זײַט), ד”ר יוסף גוריס פֿאָלקלאָר-זאַמלונגען (מאַגנעס), באַשעוויס-זינגערס „דער שפּיגל‟ און „שׂטן פֿון גאָריי‟ („אַרבעטער-רינג‟), ייִדישע לערנביכער (ז”ק), באָריס סאַנדלערס „נישט געשטויגן נישט געפֿלויגן‟ („פֿאָרווערטס‟), פֿאַרשידענע מוזיק-דיסקן איבערהויפט זשעניע פֿײַערמאַנס דיסק מיט מרדכי געבירטיגס לידער („פֿאָרווערטס‟).
ווער האָט געקויפֿט די ייִדישע ביכער? אַ ברייטער ספּעקטרום פֿון לייענער: יונגע סטודענטן, עלטערע פּענסיאָנערן, אַנגלאָ-סאַקסישע ייִדן, ייִדן וואָס שטאַמען פֿון רוסלאַנד, ירושלימער תּושבֿים. די ייִדיש-רעדנדיקע האָבן הנאה געהאַט פֿון דער ייִדישער צײַטונג „פֿאָרווערטס‟, וואָס איז דאָ פֿאַרשפּרייט געוואָרן אומזיסט אין אַ סך עקזעמפּלאַרן.
דער עולם האָט אויך באַקומען דעם אינפֿאָרמאַטיוון ביולעטין „וואָס? ווען? וווּ?‟, וועלכער גיט אַ גענויע רשימה פֿון אונטערנעמונגען אין ישׂראל אויף ייִדיש און וועגן ייִדיש.
בכלל, ווערן די באַזוכער איבערראַשט, ווען זיי זעען די אויסשטעלונג פֿון ייִדישע ביכער. ס’רובֿ האָט בכלל נישט געוווּסט, וועגן דעם הײַנטיקן פֿאַרלעגערײַ פֿון ייִדישע ביכער, און נישט וועגן די כּלערליי ייִדישע קולטור-אונטערנעמונגען אין לאַנד.
זיך באַטייליקן אין אַזעלכע ביכער-ירידן אין ישׂראל און איבער דער וועלט, איז זייער וויכטיק פֿאַר ייִדיש; ס‘איז אַ באַווײַז, אַז די ליטעראַטור און קולטור אויף דער שפּראַך לעבן און אַנטוויקלט זיך!
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.