אינדיע איז מפֿרסם דאָס שותּפֿות מיט ישׂראל

Israel-India Strategic Ties No Longer a Secret

משה יעלון (אין צענטער) אויף דער אויסשטעלונג פֿון ישׂראלדיקע מיליטערישע טעכנאָלאָגיעס אין אינדיע, דעם 18טן פֿעברואַר
Getty Images
משה יעלון (אין צענטער) אויף דער אויסשטעלונג פֿון ישׂראלדיקע מיליטערישע טעכנאָלאָגיעס אין אינדיע, דעם 18טן פֿעברואַר

פֿון „רויטערס‟

Published February 19, 2015, issue of March 06, 2015.

מיטוואָך, דעם 18טן פֿעברואַר, איז דער ישׂראלדיקער שוץ־מיניסטער, משה יעלון, אָנגעקומען קיין אינדיע, כּדי צו פֿאַרברייטערן די מיליטערישע פֿאַרבינדונגען צווישן די לענדער. אינדיע איז דער גרעסטער קונה פֿון שוץ־טעכנאָלאָגיעס אין דער וועלט. ס׳רובֿ פֿון דער אינדישער מיליטערישער אויסשטאַטונג ווערט אימפּאָרטירט פֿון רוסלאַנד און ישׂראל. יעלון האָפֿט צו פֿאַרגרעסערן דעם מאַסשטאַב פֿונעם האַנדל.

די דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען צווישן ישׂראל און אינדיע האָבן זיך אָנגעהויבן נישט אַזוי לאַנג צוריק, אינעם יאָר 1992. זינט דעמאָלט האָבן זיך צווישן די לענדער אַנטוויקלט ענגע קאָמערציעלע און פּאָליטישע באַציִונגען. דאָס סטראַטעגישע שותּפֿות איז אָבער ביז איצט געבליבן אַ סוד. דער נײַער אינדישער פּרעמיער־מיניסטער, נאַרענדאַ מאָדי, וועלכער איז געקומען צו דער מאַכט אין מײַ, האָט באַשלאָסן צו מעלדן וועגן די אָנגייענדיקע מיליטערישע פֿאַרבינדונגען מיט דער ישׂראלדיקער רעגירונג.

בעת דעם הײַנטיקן וויזיט, האָט יעלון באַזוכט אַן אויסשטעלונג פֿון דער ישׂראלדיקער לופֿט־פֿירמע IAI, וועלכע איז פֿאָרגעקומען אין דער שטאָט באַנגאַלאָר. בעת דער עפֿענונג פֿון דער פּאַראַד־צערעמאָניע, איז מאָדי אויפֿגעטראָטן פֿאַר אַ פֿיל־טויזנטיקן עולם און זיך באַקענט מיט די אָנפּילאָטיקע עראָפּלאַנען און אַנדערע מיליטערישע חידושים. אַ צאָל אַנדערע ישׂראלדיקע פֿירמעס האָבן דעמאָנסטרירט דאָס נײַסטע געווער.

יעלון האָט איבערגעגעבן די זשורנאַליסטן, אַז דער האַנדל מיט אינדיע איז זייער וויכטיק פֿאַר דער ישׂראלדיקער שוץ־אינדוסטריע. צוליב די מעגלעכע צוקונפֿטיקע סאַנקציעס מצד די אייראָפּעיִשע רעגירונגען, וויל ישׂראל פֿאַרשפּרייטן דעם געווער־עקספּאָרט אין אינדיע און אַנדערע אַזיאַטישע לענדער. אין אָקטאָבער, האָט אינדיע געשלאָסן אַן אָפּמאַך אײַנצוקויפֿן די ישׂראלדיקע אַנטי־טאַנק־ראַקעטן אויף אַ סומע פֿון 520 מיליאָן דאָלאַר. די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט מען מיט דערפֿאָלג דורכגעפֿירט אַ וויכטיקן עקספּערימענט מיט דער נײַער סיסטעם פֿון לופֿט־שוץ, וואָס די ישׂראלדיקע און אינדישע פֿירמעס האָבן אָנגעהויבן שאַפֿן בשותּפֿות נישט לאַנג צוריק.