ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires


פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published February 19, 2015, issue of March 20, 2015.

פּראָטעסט־דעמאָנסטראַציעס איבער גאַנץ אַרגענטינע

אַ גרופּע פּראָקוראָרן און ריכטער האָבן פֿאַררופֿן אויף מיטװאָך, דעם 18טן פֿעברואַר, אַ מאַרש אויף צו באַערן דעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, צום חודש פֿון זײַן פּטירה. זיי האָבן געטענהט, אַז זיי טוען דאָס אָן קיין שום פּאָליטישע כּװנות, װײַל מען האָט אים באַעװלט מצד דער רעגירונג, װײַל ער האָר אָנגעקלאָגט דער פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער, איר אויסערן מיניסטער, העקטאָר טימערמאַן און אַנדערע באַאַמטע פֿון איר אַדמיניסטראַציע און נאָך זײַן טויט האָט מען אַפֿילו נישט מנחם אבֿל געװען זײַן משפּחה.

גלײַך האָבן זיך געלאָזט הערן שטימען „פֿאַר‟ און „קעגן‟ אויף אָט דער איניציאַטיװ. מען האָט געהאַלטן, אַז דאָס איז אָרגאַניזירט געװאָרן פֿון דער אָפּאָזיציע, װי אַ „שטילע רעװאָלוציע‟ אָפּצושװאַכן און אונטערגראָבן די רעגירונג. כּמעט אַלע פּאַרטייען האָבן זיך אָנגעשלאָסן און זיי האָבן מאַרשירט װי בירגער און נישט װי פּאָליטיקער. די קאָמוניסטן, טראָצקיסטן און אַ טייל סינדיקאַטן האָבן זיך קעגנגעשטעלט, און פֿאַרדאַמט די אָרגאַניזירער. די רעגירונג, דורך אירע דעפּוטאַטן, סענאַטאָרן און מיניסטאָרן האָבן שאַרף קריטיקירט, ממש באַליידיקט, אייניקע ריכטער, װאָס האַלטן אין אויספֿאָרשן קאָרופּציע־פֿאַלן פֿון רעגירונג־באַאַמטע און אַפֿילו דער פּרעזידענטין מיט איר זון.

דאָך, האָט זיך דער עולם באַטייליקט און פֿונעם קאָנגרעס ביז דעם ביוראָ װוּ ניסמאַן האָט געאַרבעט, נישט װײַט פֿון דעם פּרעזידענטן־הויז, האָט ער מאַרשירט שטיל־שװײַגנדיק, אַ מײַל בערך, אָן פּלאַקאַטן, אָן קיין שום פּאָליטישע לאָזונגען און פֿאָנען; און בראש האָבן מאַרשירט ניסמאַנס מאַמע, זײַן עלטערע טאָכטער, יאַראַ, און זײַן געװעזענע פֿרוי, די ריכטערין סאַנדראַ אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ.

דער ייִשובֿ האָט זיך פֿאַרזאַמלט בײַ דער טיר פֿונעם קהילה־בנין און פֿון דאָרטן, בײַ די 2000 מענטשן, זײַנען צוגעגאַנגען צום קאָנגרעס און מיטמאַרשירט מיט אַלעמען.

אין בוענאָס־אײַרעס האָבן מאַרשירט אַ 400.000 מענטשן אונטער אַ שטאַרקן רעגן, װײַל די גאַנצע צײַט האָט זיך געגאָסן װי פֿון צעבערס, אָבער אין הונדערטער שטעט און פּלעצער פֿון גאַנצן לאַנד זײַנען אויך פֿאָרגעקומען שטילע דעמאָנסטראַציעס און צענדליקער טויזנטער מענטשן האָבן אויך דעמאָנסטרירט. ענלעכע מאַרשן זײַנען פֿאָרגעקומען אין איבער 60 שטעט פֿון אַ 20 לענדער איבער דער גאָרער װעלט.


אַ קדיש צווישן פֿיר ווענט

דער סעקרעטאַר פֿון מיניסטאָרן־קאַבינעט, ד״ר אַניבאַל פֿערנאַנדעס, װאָס איז פֿריִער געװען אַ שאַרפֿער קעגנער פֿון ניסמאַנס אָנקלאַגע האָט דערקלערט, אַז ער װאָלט זיך באַטייליקט אינעם מאַרש, אָבער װײַל ער איז צו באַקאַנט װעט ער עס נישט טאָן. װאַלדאָ װאָלף, װיצע־פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט מיט אים עפֿנטלעכט דיסקוטירט, װאָס שײַך דער ייִדישער גרופּירונג, װאָס איז נישט מסכּים מיט דער שטעלונג פֿון דער קהילה. פֿערנאַנדעס האָט אים געזאָגט, אַז ער איז גרייט צו זאָגן אַ שטילן קדיש לזכר דעם פּראָקוראָר ניסמאַן, צװישן פֿיר װענט, און נישט פֿאַר די טעלעװיזיע־קאַמעראַס.


נײַע אויספֿאָרשונג פֿון אַטענטאַט אויפֿן קהילה־הויז

דרײַ ריכטער האָבן צו טאָן מיט דרײַ פּײַנלעכע עפּיזאָדן: קאַניקאָבאַ קאָראַל און פֿיר פּראָקוראָרן, װאָס די רעגירונג האָט נאָר װאָס באַשטימט, אויסצופֿאָרשן דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין פֿון 1994, ד״ר ראַפֿעקאַס, מיטן פּראָקוראָר פּאָליטשיטאַ, נאָר װאָס נאָמינירט געװאָרן צו אַנאַליזירן ניסמאַנס אָנקלאַגע און די ריכטערין פֿערנאַנדאַ פּאַלמאַגיני מיט דער פּראָקוראָרין װיװיאַנאַ פֿריי, װאָס האַלט אין אויספֿאָרשן ניסמאַנס טויט.

פּאָליטשיטאַ האָט נאָך מער פֿאַרברייטערט ניסמאַנס אָנקלאַגע און געפֿאָדערט אַ 50 נײַע שריט.

אייניקע יוסטיץ־קרײַזן, זשורנאַליסטן און ניסמאַנס געװעזענע פֿרוי, װאָס רעפּרעזענטירט ניסמאַנס טעכטער, האַלטן, אַז די ריכטערין און די פּראָקוראָרין זײַנען נישט פֿעיִק אָנצוגיין מיט דער אויספֿאָרשונג, װאָס, לויט זייער מיינונג, דאַרף אַריבערגיין צו אַ פֿעדעראַלן ריכטער מיט מער דערפֿאַרונג.


דער באַקאַנטער זשורנאַליסט אוקי גאָני, דער זון פֿון אַ נאַצי

אוקי גאָני, איז אַן אַרגענטינער פֿאָרשער און זשורנאַליסט, װאָס האָט פּובליקירט אין װיכטיקע צײַטונגען פֿון דער װעלט, װי „ניו־יאָר טײַמס‟ און „דע גאַרדיאַ‟ זײַן אַרטיקל, „װי אַזוי אַרגענטינע ׳נעמט דאָס לעבן׳ פֿון דעם אמת‟. זײַן טאַטע איז געװען אַן אַרגענטינער דיפּלאָמאַט, װאָס איז אין די 40ער יאָרן פֿון 20סטן יאָרהונדערט געװען נאָענט צום נאַצישן רעזשים. ער האָט זיך אָבער דערװײַטערט פֿון טאַטנס אידעאָלאָגיע און געװאָרן דער גרעסטער פֿאָרשער פֿון די נאַציס אין אַרגענטינע. זײַן אַרכיװ האָט ער איבערגעגעבן דעם אַרגענטינער ייִװאָ, און ער שטייט צו דער דיספּאָזיציע פֿון לערנער און פֿאָרשער.


אַ פֿאַרהער פֿון צוויי עדות

צװיי עדות װאָס די פּאָליציי האָט פֿאַררופֿן פֿעסטצושטעלן װאָס די פּראָקוראָרין און אירע װיסנשאַפֿטלער האָבן דורכגעפֿירט אין ניסמאַנס דירה די נאַכט, װען מען האָט אים געפֿונען אַ טויטן, האָבן דערקלערט דער פּרעסע, אַז עס זײַנען דאָ סתּירות צװישן דעם װאָס זיי האָבן געזען אין דער דירה און װאָס זיי האָבן אונטערגעשריבן. די פּראָקוראָרין פֿריי װעט זיי פֿאַררופֿן די קומענדיקע װאָך.


די פּרעזידענטין איז אומצופֿרידן

די אַרגענטינער פּרעזידענטין האָט גאָר נישט דערמאָנט װעגן גאַנצן ענין, אָבער אין אַ רעדע, װאָס זי האָט געהאַלטן מיטאָגצײַט, װען זי האָט באַנײַט צום דריטן מאָל אַן אַטאָמישן גענעראַטאָר פֿון עלעקטריע, האָט זי בלויז דערמאָנט, אַז אַרגענטינע איז נישט קיין לאַנד, װאָס פֿאַרהאַלט אומשולדיקע אין תּפֿיסות און צילט ראַקעטן אויף אומשולדיקער באַפֿעלקערונג, אָדער זי באָמבאַרדירט פֿרויען און קינדער; נאָר אַרגענטינע איז אַ לאַנד, וווּ עס הערשט די יוסטיץ. דער אויסערן מיניסטער טימערמאַן האָט דינסטיק איבערגעגעבן אַן אָפֿיציעלן בריװ די אַמבאַסאַדאָרן פֿון אַמעריקע און פֿון ישׂראל, און זיי געבעטן נישט אַריבערפֿלאַנצן אַ קאָנפֿליקט אין אונדזערע מקומות. זי האָט אויך קריטיקירט געשעפֿטסלײַט, װאָס קריטיקירן די נאָר־װאָס אונטערגעשריבענע אָפּמאַכן מיט כינע.


די טעמע וועגן איראַן — פֿאַרשוויגן

טימערמאַן האָט אָפֿיציעל געבעטן דעם אַמעריקאַנער אויסערן־מיניסטער אַז אין זײַנע שמועסן מיט איראַן זאָל מען אַרײַננעמען די טעמע פֿונעם אַטענטאַט אויף דער קהילה. דער מיניסטער האָט דורך זײַן סעקרעטאַרין געמאָלדן, אַז דאָס איז אוממעגלעך.


נאָך אַ חודש איז עס אַ מאָרד

אַ באַרימטער אַרגענטינער פּאַלמעסער האָט ציטירט אַן איטאַליענישן קרימינאַליסט, װאָס האָט געשריבן, אַז אויב אַ חודש נאָך דעם װי מען האָט געפֿונען אַ טויטן קערפּער, װייסט מען נישט צי דאָס איז אַ מאָרד אָדער ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן, דאַרף מען טראַכטן, אַז דאָס איז אַ מאָרד.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.