די באַוועגונג BlackLivesMatter האָט אָרגאַניזירט מעכטיקע פּראָטעסטן איבערן לאַנד קעגן דער ראַסיסטישער פּאָליציי, וואָס טשעפּעט זיך סיסטעמאַטיש און באַהאַנדלט מיט אַכזריות צו דער נישט־ווײַסער אַמעריקאַנער באַפֿעלקערונג. דער דאָזיקער ענין בלײַבט אַקטועל אין די פֿאַראייניקטע שטאַט, וווּ במשך פֿון הונדערטער יאָר האָט געהערשט דער אָפֿיציעלער ברוטאַלער ראַסיזם.
די ייִדישע קהילות באַציִען זיך מיט היפּוכדיקע געפֿילן צו דער דאָזיקער באַוועגונג. ס׳רובֿ באַקאַנטע קהילה־אָרגאַניזאַציעס שווײַגן, אָבער דאָס אַליין איז אַ בפֿירושער סימן פֿון זייער גלײַכגילטיקער באַציִונג. לויט זייער מיינונג, איז די דיסקרימינאַציע פֿון דער שוואַרץ־הויטיקער באַפֿעלקערונג „נישט קיין ייִדישע פּראָבלעם‟.
אין דער אמתן, איז עס יאָ אַ וויכטיקע ייִדישע פֿראַגע, ווײַל ייִדן האָבן כּסדר געליטן פֿון ראַסיסטישע רדיפֿות און מוזן זיך באַציִען ערנסט צום עצם־ענין. אַחוץ דעם, פֿאַרקוקן די שווײַגנדיקע אָרגאַניזאַציעס אַן אַנדער וויכטיקן מאָמענט: ווער זאָגט, אַז ייִדן זענען דווקא ווײַס? די שוואַרצע און אַנדערע „קאָליריקע‟ ייִדן לײַדן סײַ פֿונעם אַלגעמיינעם ראַסיזם, סײַ פֿון דער דיסקרימינאַציע מצד דער „הויפּטשטראָמיקער‟ ווײַסער ייִדישער קהילה.
אין דעצעמבער, האָט די אָרגאַניזאַציע „ייִדן פֿאַר ראַסע־ און עקאָנאָמישן יושר‟ (JFREJ) דורכגעפֿירט אַ פּראָטעסט קעגן די גוואַלד־טאַטן פֿון די פּאָליציאַנטן, ווי אַ טייל פֿון דער ברייטערער באַוועגונג, וואָס שטרעבט צו רעפֿאָרמירן די ניו־יאָרקער פּאָליציי־סיסטעם. דערנאָך, האָבן אַ ריי ייִדישע אָרגאַניזאַציעס אָרגאַניזירט אַ פּראָטעסט־אַקציע אין פֿאַרשיידענע אַמעריקאַנער שטעט, וועלכע איז פֿאָרגעקומען די ערשטע חנוכּה־נאַכט.
פֿונדעסטוועגן, זענען צווישן די מנהיגים פֿון די ייִדישע פּראָטעסטן נישטאָ קיין שוואַרצע ייִדן. די אָרגאַניזאַטאָרן זענען דורכאויס ווײַסע. הגם עס זענען פֿאַראַן אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס פֿון „קאָליריקע‟ ייִדן, בלײַבן זיי קליין און אָרעם. ס׳איז דערווײַל נישטאָ קיין אָרגאַניזאַציע, וואָס וואָלט געקאָנט אָרגאַניזירן אַן אייגענעם ממשותדיקן פּראָטעסט.
מיט צוויי יאָר צוריק, האָט JFREJ אָנגעהויבן באַטראַכט די דאָזיקע פּראָבלעם. לעאָ פֿערגוסאָן, אַ שוואַרצער ייִד, דינט אין דער אָרגאַניזאַציע ווי אַ באַאַמטער, וואָס פּרוּווט אַרײַנצוברענגען מער נישט־ווײַסע ייִדן און צו שאַפֿן אַן אייגענע באַוועגונג. די דאָזיקע אַרבעט האָט זיך אָבער ערשט אָנגעהויבן. על־פּי־שׂכל, וואָלטן די שוואַרצע ייִדן געדאַרפֿט פֿאַרנעמען די שליסל־ראָלעס אין אַזאַ גרופּע, וואָס קעמפֿט קעגן דער דיסקרימינאַציע, פֿון וועלכער זיי אַליין לײַדן. עס וויל זיך האָפֿן, אַז אַמאָל וועלן מיר שאַפֿן טאַקע אַן עכטע אַנטי־ראַסיסטישע קהילה, וווּ ייִדישקייט וועט זיך אַסאָציִיִרן מיט פֿאַרשיידענע ראַסע־גרופּעס, נישט בלויז מיט די ווײַסע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.