במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע פֿיר יאָר אַרבעט איך ווי אַ פֿאָטאָ־זשורנאַליסט פֿונעם ישׂראל־פּאַלעסטינער קאָנפֿליקט, בין איך במילא ציניש־געשטימט צו אינסיטיטוציאָנעלע באַמיִונגען צו פֿאַרשפּרייטן די מעגלעכקייטן פֿון קאָ־עקזיסטענץ צווישן די צוויי פֿעלקער.
אָבער אַן אַקציע דורכגעפֿירט דעם פֿאַרגאַנגענעם שבת אין אָוונט דורך די מוסולמענער אין נאָרוועגיע האָט מיך טאַקע איבערראַשט — נישט ווײַל זיי זענען מוסולמענער, נאָר ווײַל די פּשוטע זאַך, וואָס זיי האָבן געטאָן האָט בײַ די לענדער פֿון דער וועלט אַרויסגערופֿן דעם זעלבן אינטערעס ווי די טעראָריסישע אַטאַקן. די מוסולמענער האָבן פּשוט אַרומגערינגלט אַ סינאַגאָגע אין אָסלאָ מיט אַן אַזוי־גערופֿענעם „שלום־רינג‟.
„ווי מוסולמענער, מוזן מיר ווײַזן, דורך אַן עפֿנטלעכן זשעסט, אַז ס׳רובֿ פֿון אונדז — און בפֿרט די יוגנט — שטעלן זיך שטאַרק אַנטקעגן דעם אַנטיסעמיטיזם,‟ האָט דערקלערט מודאַסאַר מודי מעכמוד, אַן אָרגאַניזירער פֿון דער געשעעניש. „מיר שטייען 100% מיט אונדזערע ייִדישע ברידער און שוועסטער אינעם קאַמף קעגן שׂינאה און עקסטרעמיזם. אויב עמעצער וויל פֿאַרגיסן בלוט אין נאָמען פֿון איסלאַם, דאַרף ער זיך, צו ערשט, דורכרײַסן דורך אונדזערע רייען.‟
לויט אַ באַריכט אינעם Times of Israel מיט עטלעכע טעג פֿריִער, האָט ערווין כּהן, אַ כּלל־טוער אין דער נאָרוועגישער ייִדישער קהילה, געהאַט אָנגעזאָגט די מוסולמענישע אָרגאַניזירער, אַז אויב עס באַווײַזן זיך שבת־צו־נאַכטס ווייניקער ווי 30 מענטשן, וועט ער אַנולירן די אונטערנעמונג. כּהן האָט זיך אומזיסט געזאָרגט; אויף דער בערגשטיין־גאַס פֿאַר דער אָסלאָ־שיל האָבן זיך פֿאַרזאַמלט מער ווי 1,000 מענטשן פֿון אַלע רעליגיעס, כּדי אַרויסצוּווײַזן סאָלידאַריטעט מיט די ייִדן — כּמעט די זעלבע צאָל ווי די ייִדישע באַפֿעלקערונג פֿון גאַנץ נאָרוועגיע.
וואַקאַס סאַרוואַר, איינער פֿון די באַטייליקטע אין דער אַקציע, האָט צוגעגעבן אַ צווייטע סיבה פֿאַר וואָס דער „שלום־רינג‟ האָט צוגעצויגן אַזאַ גרויסן עולם: „דער טעראָריסטישער אַטאַק אין נאָרוועגיע [דורך אַנדערס ברייוויק אין יולי 2011] איז נאָך אַלץ פֿריש אין אונדזער זכּרון, און מיר, מוסולמענער, זעען ווי עס וואַקסט כּסדר די איסלאַמאָפֿאָביע. איז פֿאַרשטענדלעך, אַז מיר פֿילן מיט די ייִדן. קיינער טאָר נישט דערהרגעט אָדער פֿאַרוווּנדיקט ווערן אויפֿן סמך פֿון זײַנע רעליגיעזע אָדער פּאָליטישע פֿאַרבינדונגען.‟
„מיר האָפֿן, אַז די געשעעניש וועט פֿאַרשטאַרקן די גוטע באַציִונגען צווישן אונדזער קהילה און די נאָרוועגישע מוסולמענער,‟ האָט באַטאָנט מאַרטי באַשעווקין, וויצע־פּרעזידענט פֿון דער ייִדישער קהילה אין אָסלאָ. „אויף מיר האָט געמאַכט אַ ספּעציעלן גרויסן אײַנדרוק, וואָס דווקא די יונגע מוסולמענער האָבן עס דורכגעפֿירט, און מיט אַזאַ פּאָזיטיוון אָפּרוף דערצו. שטעלט זיך פֿאָר, ווען מע וואָלט די זעלבע זאַך געטאָן אין די לענדער איבער דער גאַנצער וועלט.‟
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.