פֿאַראַן אַן אַלטע חכמה בזה־הלשון: אויף דער וועלט זענען דאָ צווייערליי מענטשן — די וואָס צעטיילן די מענטשהייט אויף צוויי טיילן, און די וואָס נישט. כאָטש דער שרײַבער פֿון די שורות איז ווײַט נישט קיין מיטגליד אין דער ערשטער קאַטעגאָריע, מוז איך, אָבער, דאָס מאָל, יאָ צעטיילן די מענטשהייט אויף צוויי טיילן: די וואָס האַלטן מיטן שטאַרקן און די, ווידער, וואָס האַלטן מיטן שוואַכן.
אָט נעמט, למשל, די ליבהאָבער פֿון בייסבאָל. אין ניו־יאָרק זענען פֿאַראַן צוויי קאָמאַנדעס: „יענקיס‟ און „מעטס‟. אין משך פֿון איבער הונדערט יאָר עקסיסטענץ האָבן די „יענקיס‟ געוווּנען 27 מײַסטערשאַפֿטן; די „מעטס‟, אָבער, האָבן אין משך פֿון זייערע עטלעכע און פֿופֿציק יאָר געוווּנען בלויז צוויי. האָבן די וואָס האַלטן מיטן שטאַרקן, מיט די „יענקיס‟, דאָס אָפֿטע נחת פֿון אַ מײַסטערשאַפֿט, בשעת די וואָס האַלטן מיטן שוואַכן, מיט די „מעטס‟, באַנוגענען זיך מיט אַ מײַסטערשאַפֿט איין מאָל אין אַ יובֿל, אָבער ווייסן כאָטש, אַז דאָס געווינען איז אַ זעלטענע זאַך, וואָס מע מוז פֿאַרצוקערן, ווען ס’באַקומט זיך סוף־כּל־סוף.
אַקעגן וואָס איז דאָס געקומען צו רייד? אַקעגן דעם, אַז בײַם הײַנטיקן טאָג, און אפֿשר אין אַלע צײַטן, דאַרף אַ ייִדישיסט געהערן צו דער צווייטער קאַטעגאָריע, דהײַנו — ער מוז האַלטן מיטן דערונטערדיקן, מיטן פֿאַרשטויסענעם. אַז מאַמע־לשון האָט נישט קיין מלוכה איז עס במילא אַ לשון אַ שוואַכס, ווייסן מיר, אַז אונדזער נחת שעפּן מיר נישט פֿון „געווינען“, נאָר פֿונעם עצם פֿאַקט, וואָס מיר רעדן און האָבן ליב ייִדיש, וואָס אויף ייִדיש רעדט זיך אַנדערש ווי אויף אַלע אַנדערע שפּראַכן אויף דער וועלט.
אין דעם שײַכות איז כּדאַי צו דערמאָנען צוויי פֿון די אַזוי פֿיל פֿאַלן, וווּ גרויסע אַרמייען האָבן אײַנגענומען נײַע שטחים, און אָדער אָפּגעווישט די פֿריִערדיקע דאָרטיקע, אָדער זיי פֿאַרשלונגען שפּראַכיק און קולטורעל. אָט נעמט די רוימער, וואָס האָבן נישט בלויז אײַנגענומען האַלב אייראָפּע, נאָר אַפֿילו געפּועלט בײַ זייערע אונטערטאַנען איבערצונעמען ס׳רוימישע לשון. איז דער סוף געווען, אַז די אָפּשטאַמיקע פֿון אין גאַנצן אַנדערע פֿעלקער רעדן בײַם הײַנטיקן טאָג „לאַטײַן“ — פֿראַנצייזיש, איטאַליעניש אאַז״וו. אַזוי איז אויך געשען בײַ די אַראַבער — ס׳רובֿ הײַנטצײַטיקע אַראַביש־רעדער, וואָס זיי האַלטן זיך דאָך אַלע פֿאַר אַראַבער, זענען גאָר אָפּשטאַמיקע פֿון אַנדערע פֿעלקער. אַ ראַיה פֿונעם לעצטן איז, וואָס זייער אַ סך געאָגראַפֿישע נעמען סײַ אין די רוימישע לענדער, סײַ בײַ די אַראַבער זענען נישט „זייעריקע“: לדוגמא, פֿראַנקרײַך, מצרים און איראַק.
צו דעם קען מען ברענגען אַ טשיקאַווען פּרט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן: פֿון וואַנעט נעמען זיך די נעמען פֿון די פֿופֿציק שטאַטן? פֿון שפּאַניש, פֿון פֿראַנצייזיש, פֿון ענגליש אאַז״וו, אָבער דער הויפּט — אויב כ׳האָב נישט קיין טעות, גאַנצע 25 — פֿון די כּלערליי אינדיאַנער שבֿטים וואָס האָבן דאָ געוווינט איידער ס׳זענען אָנגעקומען די אייראָפּעער. פֿאַרשטייט זיך, נישט בלויז שטאַטן, נאָר אויך שטעט און שטעטלעך, טײַכן און נאָך און נאָך. דאָס זעלביקע צו הערן וועגן קאַנאַדע (אַן אינדיאַנער נאָמען), מעקסיקע (אַן אינדיאַנער נאָמען) און די אַנדערע לענדער פֿון ביידע אַמעריקאַנער קאָנטינענטן. כ׳ווייס נישט ווי איר, נאָר מיר געפֿעלן זייער די דאָזיקע נעמען, סײַ דער קלאַנג זייערער, סײַ די טײַטשן, ווי נאָר כ’דערוויס זיך זיי. איז באַניצן מיר זיך טאָג־אײַן טאָג־אויס מיט אינדיאַנער ווערטער — שאָקאָלאַד, אַ שטייגער — און נעמען.
דאָס ברענגט אונדז צוריק צום אָנהייב: ווער האָט מער געליטן פֿון אינדיאַנער? דאַכט זיך, אַז קיינער נישט. אַ סך ייִדן נעמען זיך בטבֿע אָן פֿאַר געליטענע, ווײַל מיר האַלטן מיטן שוואַכן; און נישט איין ייִדישיסט האָט געחלומט צו העלפֿן ראַטעווען די אינדיאַנער. איז ווען ס׳קומט אײַך אויס צו רעדן וועגן קאָנעטיקאָט אָדער מאַסאַטשוסעטס, וועגן וויסקאָנסין, מישיגען אָדער מינעסאָטאַ, פֿאַרגעסט נישט, ווער ס׳האָט אײַך די נעמען געשענקט. און אין איין וועגס: האָט אויך דרך־ארץ פֿאַר די ייִדישע ערטערנעמען, ספּעציעל אין מיזרח־אייראָפּע, וווּ זיי זענען, פּונקט ווי די געאָגראַפֿישע נעמען דאָ, אויך אַ דענקמאָל נאָך די רעשטלעך פֿון פֿעלקער…
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.