(די 2 טע זײַט פֿון 2)
אויף דעם קאָמפּאַקטל פֿון „דער ייִדיש קונסט־טריִאָ‟ האָט פֿאָקס־ראָזען קאָמפּאָנירט צוויי לידער פֿון ציליע דראַפּקין, און פֿאַרענדיקט די רעקאָרדירונג מיטן טעאַטער־ליד „די רביצין‟ („אוי, איז דאָס אַ רביצין‟). דער נוסח וואָס ער זינגט, איז מער „סאַלאָן־פֿעיִק‟, ווי דער נוסח וואָס איך געדענק.
דער צווייטער מוזיקער, מײַקל ווינאָגראַד, איז אָנערקענט ווי צווישן די בעסטע קלעזמער־קלאַרנעטיסטן, און איז געוואָרן אַן אמתער בקי אין די טראַדיציאָנעלע קלאַנגען פֿון זײַן אינסטרומענט. אָבער אין דער זעלבער צײַט איז ער אַ בעלן צו שאַפֿן נײַע מעלאָדיעס צו דער ייִדישער פּאָעזיע, ווי אויך לענגערישע דזשעז־קלעזמערישע סוויטעס, ווי אין זײַן רעקאָרדירונג „שטורעם־שפּיל‟ [Storm Game] אין 2012. זײַן „טאַראַס באַנד‟ לעבט אויף דעם אַמעריקאַנער קלעזמער־סטיל פֿונעם קלאַרנעטיסט דייוו טאַראַס. אויפֿן נײַעם קאָמפּאַקטל פֿונעם טריִאָ האָט ער בײַגעשטײַערט מיט אַן אָריגינעלן „זשאָק‟.
צו פֿאַרשרײַבן די צאָל מוזיקער, מיט וועלכע עס שפּילט דער אַקאָרדיאָניסט פּאַטריק פֿאַרעל, וואָלט געפֿאָדערט אַ לענגער שטיקל פּאַפּיר. אָבער אַז ער שאַפֿט אויך נײַע קלעזמער־קאָמפּאָזיציעס און מעלאָדיעס צו ייִדישער פּאָעזיע, געפֿינט מען אויס ערשט אויף דעם קאָמפּאַקטל פֿון „דער ייִדישער קונסט־טריִאָ‟. דאָ הערט מען סײַ זײַנע שאַפֿונגען אינעם טראַדיציאָנעלן סטיל („שער‟, „כּלה באַזעצנס‟ און אַ ווערק אין דרײַ טיילן וואָס הייסט „זיבן חדשים אַוועק פֿון דער היים‟), סײַ אַ לענגערע מאָדערנע קאָמפּאָזיציע, „אַזאַ פֿרייד‟ — צו די ווערטער פֿון רחל פֿישמאַן. דאָס ליד האָט בלויז זעקס שורות, אָבער אין דער 6־מינוטיקער פֿאָרשטעלונג האָט יעדער פֿון די דרײַ אינעם טריִאָ אַ געלעגנהייט אויסצופֿאָרשן די מעלאָדיע און שטימונג מיט אַן אימפּראָוויזאַציע.
אין פֿאָקס־ראָזענס שאַפֿונג, „ווען דו האָסט שטיל‟, ווערטער פֿון ציליע דראַפּקין, הערט מען, אַז דער „ייִדישער קונסט־טריִאָ‟ האָט אויך ווי אַ ציל ממשיך צו זײַן די ייִדישע קונסטליד־טראַדיציע, וואָס האָט געהאַט אַזוינע מײַסטערס ווי לאַזאַר ווײַנער, וולאַדימיר חפֿץ, סאָלאָמאַן גאָלוב און אַזוי פֿיל אַנדערע. דאָס אַרײַננעמען לייוויקס און שלום סעקונדעס ליד „אייביק‟ פֿונעם אַלטן קונסטליד־רעפּרטואַר פֿאַרבינדט דעם נעכטן מיטן הײַנט.
פֿונעם נאָמען פֿון דער גרופּע אַליין — „דער ייִדישער קונסט־טריאָ‟ — פֿאַרשטייט מען שוין, אַז די דרײַ מוזיקער ווילן אויפֿלעבן אַ צווײַג פֿונעם ייִדישן רעפּערטואַר, וואָס איז צום טייל פֿאַרגעסן געוואָרן במשך פֿון דער קלעזמער־אויפֿלעבונג. נו, כּדי דאָס צו דערגרייכן, דאַרף מען, קודם־כּל, האָבן אַ קול, גוט קענען ייִדיש און האָבן אַ פֿאַרשטאַנד לגבי דער פּאָעזיע און דעם זשאַנער פֿון קונסטליד. די דרײַ מוזיקער זענען גרויסע טאַלאַטן מיט אַ חשק צו ווײַזן דער וועלט אַן אַנדער זײַט פֿון דער מאָדערנער ייִדישער מוזיקאַלישער טראַדיציע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.