ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published February 26, 2015, issue of March 20, 2015.

נײַע פּרטים אַרום דעם טויט פֿון ניסמאַן

קאַרלאָס טעליעלדין, איז אין 1994 באַשולדיקט געװאָרן װי דער, װאָס האָט פֿאַרקויפֿט דעם אויטאָ, מיט װעלכן מען האָט אויפֿגעריסן דעם בנין פֿון דער קהילה. ער איז געװען אין תּפֿיסה 10 יאָר, און דאָרטן זיך גראַדויִרט װי אַן אַדװאָקאַט. ער איז באַפֿרײַט געװאָרן אין 2004. דער העכסטער געריכט האָט לעצטנס באַשטימט, אַז ער דאַרף זיך צושטעלן צו אַ נײַעם מישפּט. די לעצטע טעג האָט ער געאַרבעט מעשׂים און געפּרוּװט באַװײַזן, אַז דער „מוסד‟ איז שולדיק אין ניסמאַנס טויט.

פֿון אַנדערע קװאַלן האָט מען אויך אַפֿילו אָנגעגעבן דעם נאָמען פֿון אַן איראַנער, װאָס האָט זיך פֿאַרבונדן מיט ניסמאַנען, פֿאַר אים זיך פֿאָרגעשטעלט װי אַ געװעזענער שפּיאָן, װאָס האָט חרטה געהאַט, און אים איבערגעגעבן אינפֿאָרמאַציעס; אָבער אין דער אמתן, איז עס געװען אַן אויסרייד, און ער האָט אים דערהרגעט.

א נײַעם עדות װאָס אַנטפּלעקט נאָך אַ טעמע װאָס דאַרף אויסגעפֿאָרשט װערן, האָט צוגעגעבן די פֿרוי, װאָס האָט גערייניקט בײַ ניסמאַנען אין דער היים. זי האַלט, אַז זי האָט באַדאַרפֿט צוגרייטן אַ סעודה אויף שבת אין אָװנט, װײַל ער האָט געוואַרט אויפֿצונעמען זײַן כּלה, פֿון װעלכער מען האָט ביז איצט ניט געהערט. דערפֿאַר איז זי זיכער, אַז ער האָט זיך ניט גענומען דאָס לעבן.


300### יוגנטלעכע פֿון אַרגענטינע האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין „אײַסיס‟

„אײַסיס‟ פֿאַרשאַפֿט זאָרג און אומרו איבער דער גאַנצער װעלט. אין אַרגענטינע האָט מען די לעצטע חדשים ברייט באַהאַנדלט דעם ענין, אָבער די לעצטע װאָך האָבן פֿאַרטרוילעכע קװאַלן געמאָלדן, אַז פֿון אַרגענטינע זײַנען אָפּגעפֿאָרן בײַ די 300 יוגנטלעכע זיך אין „אײַסיס‟ אײַנגלידערן. מען האַלט, אַז זיי זײַנען אַ פּראָדוקט פֿון די רײַזעס קיין איראַן ,װאָס לויִס דע ליאַ, איינע פֿון די, װעלכע ניסמאַן האָט אַרײַנגערעכט אין זײַן אָנקלאַגע, צוזאַמען מיט דער פּרעזידענטין קירכנער און דעם אויסערן־מיניסטער טימערמאַן.


ניסמאַנס געוועזענע פֿרוי פּלאַנירט אָנקלאָגן פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע טריבונאַלן

ניסמאַנס געװעזענע פֿרוי, סאַנדראַ אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, האָט זיך געטראָפֿן מיטן ריכטער ריקאַרדאָ לאָרענצעטי, פּרעזידענט פֿון דעם העכסטן אַרגענטינער טריבונאַל. זי האָט פֿאַר אים קריטיקירט די טעטיקייטן פֿון דער ריכטערין און פֿון דער די פּראָקוראָרין, װאָס פֿאָרשן אויס ניסמאַנס טויט. די רעגירונג האָט, דורך אַ װאָרטזאָגער דערקלערט, אַז זי איז אומצופֿרידן פֿון אַזאַ טרעפֿונג.

די פֿרוי אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ פּלאַנירט אָצונקלאָגן דעם פֿאַל פֿאַר אינטערנאַציאָנאַלע טריבונאַלן און פֿאַר דער אינטעראַמעריקאַנער קאָמיסיע פֿאַר מענטשנרעכט. זי װיל אויך, אַז אינטערנאַציאָנאַלע ריכטערס זאָלן קאָנטראָלירן דאָס ביז־איצט אויסגעפֿאָרשטע.


שפּיאָנען און קאָנטראַבאַנדע פֿון 94 טאָן

אין דעם קאַמף מיט די געװעזענע שפּיאָנען, װאָס זײַנען באַזײַטיקט געװאָרן סוף דעצעמבער פֿון זייערע אַמטן, און װאָס די רעגירונג האַלט, אַז זיי װאָלטן געקענט זײַן די, װעלכע האָבן דערפֿירט צו ניסמאַנס טויט, איז פֿאָרגעקומען אַ נײַעס דינסטיק דעם 24סטן פֿעברואַר. דער נײַער דירעקטאָר פֿון דער אויסשפּיר־אַגענץ, אָסקאַר פּאַרילי, האָט אָנגעקלאָגט אין געריכט 3 שפּיאָנען װאָס האָבן, במשך פֿון 2012־2013 דורכגעפֿירט אַ קאָנטראַבאַנדע פֿון אַ 94 טאָן, װאָס איז געקויפֿט געװאָרן בסוד דורך דער אַגענץ. צװישן די פֿאַרבאָטענע מאַטעריאַלן צו קאָנטראָלירן בליצבריװ, קאָמפּיוטערס און טעלעפֿאָנען האָבן זיי אויך געקויפֿט קליידער, עלעקטראָנישע שפּילצײַגן און אָפֿטאַלמאָלאָגישע מאַטעריאַלן. איינער פֿון די אָנגעקלאָגטע האָט באַשטעטיקט, אַז ניסמאַנס חשד אויף איינעם פֿון די באַאַמטע פֿון פּרעזידענטן־הויז, באָגאַדאָ, איז אַ ריכטיקער. עס זײַנען אַרײַנגעמישט באַאַמטע פֿון שטײַער־אַמט און אייניקע סוחרים, טייל פֿון זיי אויך ייִדן.

אַז מען װוינט אין אַרגענטינע, דאַרף מען ניט קויפֿן קיין שפּיאָנאַזש־ראָמאַנען…


„דאַיאַ‟ פֿאָדערט דורכצופֿירן דעם מישפּט נאָך 21 יאָר

די פֿאָרשטייערס פֿון דער „דאַיאַ‟ און פֿון דער קהילה גרייטן זיך צו פֿירצוברענגען די אויספֿאָרשונג פֿונעם אַטענטאַט, װאָס שלעפּט זיך שוין 21 יאָר, פֿאַר די יורידישע אָפּטיילונגען פֿון דער אָרגאַניזאַציע פֿון די פֿאַראייניקטע פֿעלקער און פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע פֿון די אַמעריקאַנער שטאַטן. דער ציל איז אויספּועלן מען זאָל קענען רופֿן צו אַ מישפּט, אַפֿילו אין אַ נייטראַלן לאַנד, די באַשולדיקטע איראַנער.


פּראָקוראָר ניסמאַן — אַ האָמאָסעקסואַל?

אַ סענאַטאָר פֿונעם אָפֿיציאַליזם האָט דערקלערט אינעם סענאַט, אַז ניסמאַנס טויט איז אַ פּראָדוקט פֿון אַ ליבע־קאָנפֿליקט צװישן ניסמאַן און זײַן חתן, װײַל ער איז געװען אַ האָמאָסעקסואַל. די רעגירונג און די גאַנצע אָפּאָזיציע האָבן אויסגעדריקט זייער קעגנערשאַפֿט צו אַזעלכע רייד. אַזוי באַשמוצט מען דעם פּראָקוראָר ניסמאַן.


פֿאַלשע נאַצישע סימבאָלן אין פֿאַרקויף

אינעם „פּאַרק פֿונעם יאָרהונדערט‟, אַ צענטראַלער פּאַרק פֿון דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס, האָט די פּאָליציי געשלאָסן אַ שטעל, װאָס האָט פֿאַרקויפֿט נאַצישע סימבאָלן. נאָך דער אָנקלאַגע פֿון דער „דאַיאַ‟ האָט דער ריכטער אָנגעהויבן אַ פֿאָרשונג און מען האַלט, אַז די מאַטעריאַלן זײַנען ניט קיין אָריגינעלע און װערן געמאַכט אין לאַנד.


אַ נײַ פּאָעטיש בוך פֿון דער ייִדישער דיכטערין שושנה גרינבערג

אַ נײַ בוך לידער פֿון דער שרײַבערין און פּסיכאָאַנאַליסטין שושנה גרינבערג איז פּרעזענטירט געװאָרן אין דעם קולטור־צענטער פֿון בוענאָס־אײַרעס. די צענטראַלע אידעע אין די לידער פֿון „געאָמעטריע פֿון דער פֿרײַהייט‟ איז, אַז די פֿרײַהייט קען עקזיסטירן אין די ראַמען פֿון געזעץ, װאָס צייכנט אָן גרענעצן. מעטאַפֿאָרעס, אימאַזשן און געדאַנקען שטרײַכן אונטער די ייִדישע געשיכטע, מצבֿות און די פֿיגורן פֿון ייִדישע דענקערס און פּערזענלעכקייטן.


די זומער־וואַקאַציעס האָבן זיך פֿאַרענדיקט

די בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט דורכגעפֿירט בעת די זומער־חדשים אַ פֿאַרצװײַגטע אַרבעט פֿאַרן עלטערן דור. ספּעציעלע װאַרשטאַטן, שפּאַצירן, רעפֿעראַטן און קאָנצערטן, און אַפֿילו אַקטיװיטעטן אין אַ שװימבאַסיין און אַ זומער־קאָלאָניע, װוּ עס האָבן זיך באַטייליקט אַ 150 זיידעס און באָבעס. עס האָט אַלעמען פֿאַרשאַפֿט גרויס נחת, און דער עולם האָט געפֿאָדערט ממשיך צו זײַן מיט דער אַרבעט במשך דעם יאָר. דער קולטור־דעפּאַרטאַמענט פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה האָט געשלאָסן, מיטװאָך דעם 25סטן פֿעברואַר, אירע זומער־ספּעקטאַקלען פֿאַר קינדער מיט צװיי פֿאָרשטעלונגען פֿון לידער, טענץ און טעאַטער. מאָנטיק הייבן זיך אָן די לימודים נאָך די זומער־װאַקאַציעס.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.