ווער וואָלט געוווּסט, אַז מיר האָבן ליב געהאַט זיך צוהערן צו דער לופֿט? ווען די אַנאַלאָג־מוזיק איז אָפּגעשטאָרבן און באַזײַטיקט געוואָרן מיט די קאָמפּאַקטלעך, האָבן מיר פֿאַרשטאַנען, אַז מיר בענקען נאָך דעם וואַרעמען אַטמאָספֿערישן שאָרעך פֿון די וויניל־פּלאַטעס. צלויב דעם, איז זייער פּאָפּולאַריטעט ווידער געשטיגן אינעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר אויף 49 פּראָצענט.
דאָס זעלבע קומט איצט פֿאָר מיט די קלאַסישע פּאַפּירענע צײַטונגען. ווען מיר האָבן זיך צוגעוווינט צום לייענען די נײַעס אויף דער אינטערנעץ, קוקנדיק אויף די שטענדיק ווינקלענדיקע קאָמפּיוטער־עקראַנען, האָבן מיר אָנגעהויבן פֿילן אַ נאָסטאַלגיע נאָך די געטרײַע פּראָדוקציעס פֿון די רוישיקע דרוק־פֿאַבריקן, וווּ די לינאָטיפּ־מאַשינען פֿאַרקערפּערן די ידיעות מיט דער אײַזערנער זיכערקייט אויף די ווייכע פּאַפּיר־זײַטלעך.
דווקא מיט דער הילף פֿון דער אינטערנעץ, האָבן זיך באַוויזן נישט ווייניק געניטע דרוקער, וואָס באַטראַכטן די נײַע מעגלעכקייטן מכּוח די קלאַסישע פּאַפּיר־אויסגאַבעס אין אונדזער קאָמפּיוטער־תּקופֿה. אין דער וועלט זענען פֿאַראַן, מסתּמא, אַ היפּשער טויזנט דרוקערײַען; איך האָב באַזוכט איינע פֿון זיי, וואָס הייסט Big Wheel Press („דער פּרעס מיט אַ גרויסער ראָד‟) און געפֿינט זיך אין איסטהאַמפּטאָן, שטאַט מאַסאַטשוסעטס. דער בעל־הבית, וויליאַם מאָלער, פֿאָקוסירט זיך אויף ייִדיש און העברעיִש.
די דרוקערײַ, וואָס פֿאַרנעמט אַ סטודיע אויפֿן פֿינפֿטן שטאָק פֿון אַ פֿאַבריק־בנין, איז געגרינדעט געוואָרן אינעם יאָר 2006 און רעקלאַמירט זיך ווי „די לעצטע ייִדישע מעכאַנישע דרוקערײַ אין דער וועלט‟. אין דער אמתן, זענען אין דער וועלט פֿאַראַן דרײַ באַקאַנטע דרוקערײַען, וואָס קאָנען אָפּדרוקן זײַטלעך אויף ייִדיש מיט די קלאַסישע מעטאַל־גראַנקעס. די „ייִדישע ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט האָט איין אַזאַ דרוק־פּרעס און די ישׂראלדיקע „עידו אגסי‟ האָט די צווייטע. די דריטע מאַשין געפֿינט זיך אין איסטהעמפּטאָן. מאָלער איז אָבער דער איינציקער דרוקער, וואָס האָפֿט צו באַנײַען די אַלטע שיטה פֿונעם מעכאַנישן דרוק אויף ייִדיש, מיט די מעטאַל־שריפֿטן און דעקאָראַטיווע שטעמפּלען.
מאָלערס פֿאַבריק איז אַ קאָמערציעל געשעפֿט. ער ספּעציאַליזירט זיך אויפֿן דרוקן דעקאָראַטיווע אײַנלאַדונגען און קאַטרלעך. די דרוקערײַ לייגט אויך פֿאָר טורן און לעקציעס וועגן דער געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע. למשל, ס׳איז אינטערעסאַנט צו וויסן, אַז דער גרויסער מאָלער רעמבראַנדט האָט געשאַפֿן אײַנגעקריצטע גראַוויורן פֿאַר אַ ספֿר פֿון זײַנעם אַ שכן, דעם אַמסטערדאַמער רבֿ ישׂראל בן מנשה, וועלכער איז, אַגבֿ, אויך געווען אַ קינסטלער. מאָלער האַלט אַן אָרטיקע קראָם פֿון קינסטלער־חפֿצים.
דער בעל־הבית האָט געוויזן מײַנע טעכטער דעם פּרעס; זיך האַלטנדיק בײַ דער גרויסער ראָד, האָט ער אָפּגעדרוקט קאַרטלעך מיט זייערע נעמען. בשעת־מעשׂה, האָט ער דערקלערט יעדן פּרט פֿונעם פּראָצעס און געוויזן די קליינע מעטאַלענע בוכשטאַבן. זינט די ערשטע געדרוקטע ביבלען פֿונעם 15טן יאָרהונדערט, האָבן די דרוק־ווערקשטעלן זיך פֿאַקטיש נישט געביטן. אַ דאַנק יאָהאַן גוטענבערגס המצאה, האָט זיך אין אייראָפּע אַנטוויקלט די מאָדערנע ציוויליזאַציע און האָט זיך אָנגעהויבן די אינדוסטריעלע רעוואָלוציע. הײַנט לעבן מיר אין דער תּקופֿה פֿון קאָמפּיוטער־רעוואָלוציע. די געשיכטע פֿון מאַסן־אינפֿאָרמאַציע האָט זיך אָבער אָנגעהויבן אַ סך פֿריִער, מיט גוטענבערגס דרוק־פּרעס.
מאָלער איז דער בעל־הבית פֿון צוויי גרויסע לינאָטיפּ־מאַשינען. 15 אָדער מער אַזעלכע מכשירים זענען אַמאָל געשטאַנען אינעם היסטאָרישן בנין פֿונעם „פֿאָרווערטס‟ אין נידער־מיזרחדיקן מאַנהעטן. ווען די צײַטונג איז אַריבער אויף דער 33סטער גאַס, אינעם יאָר 1973, האָט מען געבראַכט אינעם קעלער פֿונעם נײַעם בנין אַ טייל פֿון דער אַלטער דרוקערײַ־אויסשטאַונג. די אַלטע לינאָטיפּן זענען געווען מסוגל אַרויסצוגעבן יעדן טאָג 200,000 עקזעמפּלאַרן פֿונעם „פֿאָרווערטס‟, וועלכע האָבן זיך פֿאַרשפּרייט איבערן גאַנצן לאַנד און נאָך ווײַטער.
דער חידוש פֿונעם לינאָטיפּ באַשטייט אין דעם, וואָס אַנשטאָט צונויפֿצושטעלן די גראַנקעס אַליין, האָט אַן אָפּעראַטאָר געקאָנט אַרײַנשרײַבן דעם טעקסט אויף דער קלאַוויאַטור. אָטמאַר מערגענטאַלער, אַ דײַטשישער אימיגראַנט, וועלכער האָט געאַרבעט ווי אַ זייגער־מאַכער אין באָלטימאָר, האָט געשאַפֿן זײַן ערשטן לינאָטיפּ אינעם יאָר 1884. ביז דעמאָלט, האָט אַ צײַטונג נישט געקאָנט האָבן מער ווי אַכט זײַטלעך.
די ייִדישע דרוקער בײַם „פֿאָרווערטס‟ און אַנדערע צײַטונגען האָבן צוגעטראַכט ספּעציעלע קונצן, וואָס האָבן דערמעגלעכט צו באַנוצן זיך מיטן ייִדישן אַלף־בית. פֿאַר ס׳רובֿ סטאַנדאַרטע מאַשינען, וואָס דרוקן פֿון לינקס אויף רעכטס, האָט עס אָבער נישט געטויגט. מאָלערס מאַשינען זענען אַ זעלטענע יקר־המציאה; ער באַזוכט כּסדר די „ביכער־צענטראַלע‟ אין אַמהערסט, וואָס געפֿינט זיך נישט ווײַט פֿון זײַן שטאָט, איסטהאַמפּטאָן, וווּ צווישן פֿאַרשיידענע אַלטע חפֿצים טרעפֿן זיך צומאָל די טויגלעכע ייִדישע שריפֿטן. צוזאַמען מיט דיאַנאַ קלאַרק, אַ מיטאַרבעטערין פֿון דער „צענטראַלע‟, פּלאַנירן זיי איצט אַרויסגעגעבן אַ זאַמלונגען לידער פֿון ייִדישע פּאָעטעסעס מיט קלאַרקס איבערזעצונג אויף ענגליש.
* דען פֿרידמאַן איז דער פֿאַרוואַלט־רעדאַקטאָר פֿונעם Forward
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.