ווילנע,
דעם 24סטן פֿעברואַר 2015
חשובֿער ד״ר יונתן ברענט:
איך ווענד זיך צו אײַך אויף מאַמע־לשון. איר ווייסט פֿאַר וואָס? ווײַל איך גלייב, אַז אַ מענטש, וועלכער פֿירט אָן מיטן „ייִוואָ‟־אינסטיטוט וועט מיך פֿאַרשטיין. מע רופֿט מיך פּנחס פֿרידבערג. איך בין געבוירן געוואָרן אין ווילנע פֿאַר דער מלחמה און איבערגעלעבט דעם חורבן. מײַן באָבע מיטן זיידן, אַלע קרובֿים פֿון מוטערס צד — 28 מענטשן — ליגן אויף פּאָנאַר.
מײַן מוטער חנה האָט פֿאַרענדיקט די ווילנער ייִדישע רעאַל־גימנאַזיע. איר לערער פֿון ליטעראַטור איז געווען משה קולבאַק. מײַן טאַטע שעיה איז געווען אַ לערער אין אַ ייִדישער שול, און געווען פֿאַרבונדן מיטן „ייִוואָ‟ דאָ אין ווילנע. בײַ אונדז אין שטוב האָט מען גערעדט נאָר אויף ייִדיש. טאָמער אײַך איז אינטערעסאַנט, לייענט דורך מײַן אַרטיקל וועגן ווילנער ייִדישער רעאַל־גימנאַזיע. איך ברענג דאָרטן אוניקאַלע דאָקומענטן, אַז אויך אין די שווערסטע צײַטן פֿון סטאַלין, האָט מײַן טאַטע אומעטום פֿאַרנאָטירט אין אַלע אָפֿיציעלע דאָקומענטן, אַז ייִדיש איז זײַן מאַמע־לשון.
צוליב וואָס דערצייל איך אײַך דאָס אַלץ? ווײַל איך וויל, איר זאָלט גוט פֿאַרשטיין, אַז איך האָב אַ מאָראַלישע רעכט אויסזאָגן אײַך דאָס, וואָס איך קלער.
„ייִוואָ‟ איז אַ וויסנשאַפֿטלעכער אינסטיטוט. לויט מײַן מיינונג, דאַרף ער ניט זײַן פֿאַרמישט אין פּאָליטיק. וויל איך בײַ אײַך פֿרעגן, פֿאַר וואָס זײַט איר געווען מסכּים אַרײַנגיין אין אַ פּאָליטישער קאָמיסיע פֿון דער ליטווישער מלוכה? אײַך פֿעלט כּבֿוד?
מיט דער קאָמיסיע פֿירן אָן צוויי מענטשן: עמנואל זינגער (Emanuelis Zingeris) און ראָנאַלדאַס ראַטשינסקאַס (Ronaldas Račinskas).
זאָלט איר גוט פֿאַרשטיין גענוי מיט וועמען איר האָט צו טאָן, וועל איך אײַך דערציילן אַ פּאָר זאַכן.
מײַן ווײַב אַניטאַ האָט כּמעט די גאַנצע מלחמה איבערגעלעבט אין קאָוונער געטאָ. איר אוישוויץ־נומער איז געווען 4426. אינעם זעלביקן געטאָ איז געווען די מוטער פֿון עמנואל זינגער. אומעטום, וווּ מע דאַרף און וווּ מע דאַרף ניט, דערציילט ער וועגן דעם און „לאָזט אַ טרער‟. אין 2012 האָט די ליטווישע מלוכה געבראַכט פֿון אַמעריקע און מיט אַ קאָלאָסאַלער פּאָמפּע, אויף איבערצובאַגראָבן, די ביינער פֿונעם נאַצי־קאָלאַבאָראַנט יואָזאַס אַמבראַזעוויטשיִוס־בראַזײַטיס (Juozas Ambrazevičius-Brazaitis), וועלכער האָט שריפֿטלעך באַשטעטיקט (מיט זײַן אייגענער חתימה) דעם באַפֿעל, אַז אַלע קאָוונער ייִדן מוזן אַוועק אין געטאָ (פֿריִער נאָך האָט ער זיך אונטערגעשריבן אויף דער פֿאַרשיקונג פֿון אַ גרופּע קאָוונער ייִדן אויפֿן 7טן פֿאָרט, וווּ מע האָט זיי גרויזאַם אומגעבראַכט).
איר ווייסט ווי אַזוי עס האָט זיך אָפּגערופֿן אײַער באַקאַנטער פּאָליטיקער זינגער? ניין? וועל איך אײַך זאָגן: ער האָט אָנגענומען וואַסער אין מויל און געשוויגן פֿאַרן עולם ליטווישע בירגער, וואָס ער איז זייער רעפּרעזענטאַנט אינעם ליטווישן פּאַרלאַמענט. קיין איין קריטיש וואָרט ניט געזאָגט דאָ אין ליטע? וועגן דעם האָב איך אָפּגעדרוקט אַ קאָמענטאַר אין „טאַבלעט‟. און נאָך מער: איר ווייסט, אַז עמנואל זינגער איז געווען דער איינציקער ייִד אין אייראָפּעיִשן פֿאַראיין, וועלכער האָט אונטערגעשריבן די פּראָגער דעקלעראַציע (אין 2008), וואָס איז דער צענטראַלער דאָקומענט פֿון דער באַוועגונג צו פֿעלשן די געשיכטע דורך דער טעאָריע פֿונעם „טאָפּלטן גענאָציד‟?
און איצטער אַ פּאָר ווערטער וועגן ראָנאַלדאַס ראַטשינסקאַס. אין נאָוועמבער 2012 איז אין ווילנע אָפּגעהאַלטן געוואָרן אַן אייראָפּעיִשער פֿאָרום איבער דער אַנאָנסירטער טעמע: „פֿאַראייניקטע אייראָפּע — פֿאַראייניקטע געשיכטע‟. פֿון דער טריבונע פֿונעם פֿאָרום האָט איינער פֿון די אָנפֿירער פֿון דער קאָמיסיע דערציילט אַן אומדערהערטע באָבע־מעשׂה ווי אַזוי עס האָבן אין טעלז פֿיר מענטשן מיט אַ לאָפּעטע אויסגעגראָבן אַ גרויסע גרוב, אין וועלכער מע האָט דרײַ יאָר אויסבאַהאַלטן פֿיר און פֿערציק ייִדן, יאָ — פֿיר און פֿערציק ייִדן! און אַז איך האָב אָפּגעדרוקט וועגן דעם אַן אַרטיקל פּשוט קאָרעגירנדיק די פֿאַקטן, האָט ראַטשינסקאַס אין אַ גאַנצער ריי רעדאַקציעס פֿונאַנדערגעשיקט אַ בריוו, אין וועלכן ער האָט מיר פּערזענלעך באַשמוצט פֿון קאָפּ ביז די פֿיס. (אַגבֿ, איך האָב אויפֿן „יו־טוב‟ אַוועקגעשטעלט די גאַנצע רעדע פֿונעם פֿאָרום, אין איינעם מיט מײַנעם אַן ענטפֿער — אויף ייִדיש!). ביז הײַנט איז דאָ אויף דער וועבזײַט פֿון דער קאָמיסיע זײַנע זידל־ווערטער וועגן מיר — די קאָמיסיע וווּ דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִוואָ‟ איז ביז הײַנט אַ מיטגליד…
לויט מײַן מיינונג וואָלט דער דירעקטאָר פֿונעם „ייִוואָ‟ ניט געדאַרפֿט זײַן אַ מיטגליד אין אַזאַ קאָמיסיע און פֿאַרן כּבֿוד פֿון „ייִוואָ‟ וואָלט געווען וויכטיק וואָס גיכער אַרויס פֿון איר. אַנדערש זעט דאָס אויס, אַז דער „ייִוואָ‟ לעגיטימיזירט אַלץ, וואָס עס טוט די קאָמיסיע, אַרײַנגערעכנט די פּאָליטישע אַרבעט, שטיצנדיק די פּראָגער דעקלעראַציע און דעם טאָפּלטן גענאָציד, און די גאַנצע פּאָליטיק פֿון זינגער און ראַטשינסקאַס, וואָס טוט אָן זייער אַ סך שאָדן סײַ מיר, מײַן ווײַב און אונדזערע אַלע פֿרײַנד, געבליבענע ייִדן דאָ, סײַ דעם היסטאָרישן אמת.
זײַט מיר געזונט און שטאַרק.
מיט דרך־ארץ
פּראָפֿעסאָר פּנחס פֿרידבערג (ווילנע)
אין אײַער בריוו רירט איר אָן וויכטיקע פֿראַגעס פֿון היסטאָרישן יושר און פֿאַקטן, וואָס מע דאַרף באַטראַכטן און ענטפֿערן אויף זיי. די אינטערנאַציאָנאַלע קאָמיסיע באַשטייט פֿון אָנגעזעענע היסטאָריקער און כּלל־טוער, ווי קריסטאָף דיקמאַן (קילער אוניווערסיטעט), נאָרמאַן ניימאַרק (סטאַנפֿאָרד־אוניווערסיטעט), אַנטאָני פּאָלאָנסקי (בראַנדײַס־אוניווערסיטעט), יורגין מאַטהאַוס (דער אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי), טימאָטי שנײַדער (יעיל־אוניווערסיטעט), דינה פּורת (יד־ושם), אַרקאַדי זעלצער (יד־ושם), הרבֿ אַנדרו בייקער (אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט), מײַקל ליין (אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיטעט), און פֿראַנסואַ טאָם (סאָרבאָן), צווישן אַנדערע.
איך האָב זיך אָנגעשלאָסן אין דער קאָמיסיע, ווײַל איך וויל העלפֿן פֿאַרלייגן אַ פֿונדאַמענט פֿון היסטאָרישן אמת, וואָס שייך דער שרעקלעכער תּקופֿה פֿונעם חורבן אין ליטע, וואָס וועט העלפֿן צו פֿירן די דיסקוסיעס וועגן די באַציִונגען צווישן די ייִדן און די ליטווינער; און ווײַל ס׳האָט זיך מיר געדאַכט, אַז די דאָזיקע היסטאָרישע קאָמיסיע איז דער פּאַסיקסטער אופֿן דאָס צו טאָן. איך וואָלט דאָס ניט געטאָן אָן דער באַטיילעקונג פֿון די אָנגעזעענע היסטאָריקער און כּלל־טוער פֿונעם „יד־ושם‟, „דעם אַמעריקאַנער חורבן־מוזיי‟ און „דער אַמעריקאַנער ייִדישער קאָמיסיע‟, וואָס זייער בײַזײַן זאָגט עדות אויף דער וויכטיקייט פֿון דער קאָמיסיעס אַרבעט פֿאַר דער ייִדישער געזעלשאַפֿטלעכער וועלט.
איך לייג פֿאָר, אַז איר זאָלט שיקן אײַערע דאגות צו אַלע מיטגלידער פֿון דער קאָמיסיע, מע זאָל קענען זיי עפֿנטלעך אַרומרעדן און קומען צו אַן אויספֿיר וועגן דער גילטיקייט פֿון דער קאָמיסיעס אַרבעט און דעם אופֿן ווי אַזוי מע פֿירט דורך אירע פֿאַרהאַנדלונגען. איך וואָלט געווען אַ בעלן צו העלפֿן דורכצופֿירן די דאָזיקע דיסקוסיע.
מיט גרוס,
אײַער
יונתן ברענט
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.