ווער איז אײַער פּערזענלעכער המן — דער פּאַרשוין, וועלכער וויל אײַך באַגראָבן?
פּונקט ווי אין דער מעשׂה מיט אַחשוורושן, וועלכער האָט באַפֿוילן המן־הרשע צו רײַטן אויף אַ פֿערד לכּבֿוד מרדכי־הצדיק, ווילן מיר אויך, אַז אונדזערס אַ שׂונא זאָל לײַדן אַ מפּלה, און מוזן אונדז מכבד זײַן?
מיר מיינען, אַז ווען מיר וואָלט פּטור געוואָרן פֿון אונדזער גרעסטן שׂונא — אַ בייזער נאַטשאַלניק, אַ שלעכטער שכן, צי אַן אַנטיסעמיטישער סטודענט, וואָס צייכנט האַקנקרייצן אויף אײַער זונס טיר — וואָלט אונדזער לעבן געוואָרן ממש אַ גן־עדן. איז עס אָבער טאַקע אַזוי?
אָן דעם געפֿערלעכן המן, וואָלט די מגילה־מעשׂה נישט געווען אַזוי פֿאַרכאַפּנדיק. די שיינע אסתּר, דער קלוגער מרדכי און דער שטומפּיקער אַחשוורוש — פֿון אַזאַ קאָמבינאַציע קאָן זיך נישט באַקומען קיין אינטערעסאַנטע מעשׂה. עס מוז קומען אַ געפֿערלעכער רשע און צוגעבן דעם קאָנטראַסט. ווען מיר לייענען איבער די קלאַסישע קינדער־ביכער, באַמערקן מיר דעם זעלבן פֿענאָמען. די מעשׂה וועגן דעם וווּנדער־לאַנד „אָז‟ וואָלט געווען נודנע אָן דער בייזער מכשפֿה, און האַרי פּאָטער קאָן זיך נישט באַגיין אָן לאָרד וואָלדעמאָרט.
אין דער תּורה איז פֿאַראַן אַ מיצווה: אויסצומעקן די נעמען פֿון אַזעלכע בייזע עמלקים, ווי המן. למעשׂה, הייבט זיך אָן אין שיל דווקא אַ גאַנצער רעש, ווען דער דאָזיקער נעגאַטיווער העלד פֿון דער מגילת־אסתּר ווערט דערמאָנט. פֿאַרוואָס דערקוויקן מיר זיך, ווען מע דערמאָנט אַזעלכע רשעים?
די קינאָ־פֿילמען ווערן באַזונדערס פּאָפּולער, ווען מע ווײַזט עפּעס אַ שוידערלעך שלעכטן פּאַרשוין. אַפֿילו ווען מיר פֿאָלגן נאָך די ספּאָרט־פֿאַרמעסטן, באַטראַכטן מיר דעם צד־שכּנגד ווי דעם „שׂונא‟ און האָפֿן, אַז אונדזער באַליבטע קאָמאַנדע וועט געווינען. אין די קאָמפּיוטער־שפּילערײַען, איז אָפֿט די בעסטע און טשיקאַוועסטע סטראַטעגיע דווקא צו ווערן אַ בפֿירושער „המן‟. די קינדער פֿאַרוואַנדלען זיך כּסדר אין ווירטועלע רוצחים, ווען זיי שפּילן אויפֿן קאָמפּיוטער.
בײַם סאַמע אָנהייב פֿון דער מעשׂה־בראשית באַווײַזט דער אַרכעטיפּישער בייזער פּערסאָנאַזש — דער נחש. דער רשעותדיקער פּרעה איז דער צענטראַלער אַנטי־העלד פֿונעם פּסחדיקן סדר, און אונדזערע טאָג־טעגלעכע תּפֿילות הייבן זיך אָן מיט די ווערטער פֿון בלעם — אַן אַנדער גאָר שלעכטער פּאַרשוין.
צומאָל איז דער חילוק צווישן דעם העלד און דעם אַנטי־העלד נישט אַזוי קלאָר. ווער איז געווען דעם מהר״לס גולם? אַ געפֿערלעכער מאָנסטער, אַ העלדישער ליימענער באַשיצער פֿון ייִדן, צי עפּעס אין צווישן? אין דער אמתן, ווען מיר הערן די מעשׂיות וועגן געפֿערלעכע רשעים, פֿילן מיר אין זיך אַ שטיקל שײכות צו זיי. אין אונדזער נשמה גייט דאָך אַ קאַמף צווישן דעם יצר־טובֿ און יצר־הרע. כּדי צו לייזן די סתּירות פֿון אונדזער אייגענער נאַטור, מוזן מיר אָנטאָן די מאַסקע פֿון אַ רשע. פּורים איז אַ יום־טובֿ, ווען מיר זענען מסוגל צו פֿאַרשטיין, אַז אָן אַ טראָפּן סתּירות און שלעכטס וואָלט אונדזער לעבן פּשוט געווען צו פֿלאַך און נודנע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.