דער סוף פֿון די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען מיט איראַן דערנענטערט זיך, און עס שטעלט זיך די פֿראַגע, צי וועט אַ הסכּם טאַקע זײַן גענוג, כּדי צו פֿאַרהיטן די וועלט פֿון אַ מלחמה?
עס דאַכט זיך מיר, אַז ניין, און די הויפּט־פּראָבלעם שטעקט אין דעם פֿאַקט, אַז די מדינות, וואָס זײַנען צום מערסטן באַדראָט פֿון איראַן, דאָס הייסט, מדינת־ישׂראל און די אַראַבישע לענדער פֿונעם גאָלף, באַטייליקן זיך נישט אין די פֿאַרהאַנדלונגען.
עס איז וויכטיק אונטערצושטרײַכן, אַז איראַן איז נישט צפֿון־קאָרעע. צפֿון־קאָרעע האָט גערעדט אַ סך פֿון אַטאַקירן דרום־קאָרעע און אַמעריקע, אָבער פֿאַקטיש איז אַזאַ אָנגריף נישט מעגלעך. עס לוינט נישט צפֿון־קאָרעע צו פֿירן אַ מלחמה, ווײַל אירע שׂונאים זײַנען צו שטאַרק, און די קעמפֿער וואָלטן אויסגענוצט די ערשטע געלעגנהייט צו אַנטלויפֿן, איידער צו הרגענען זייערע אייגענע קרובֿים אין דרום.
אין קעגנזאַץ, איז איראַן שוין טיף אַרײַנגעמישט אין אַלע געשעענישן אין מיטעלן מיזרח. טעהעראַן הערשט איבער אַן אומאָפֿיציעלער „אימפּעריע‟, וואָס באַשטייט פֿון די פֿאָלגנדיקע מדינות: איראַק, סיריע און לבֿנון. די געפֿאַר, אַז איראַן קאָן פּראָדוצירן אַן אַטאָמישע באָמבע באַשטייט נישט נאָר אין דעם, אַז די אַיאַטאָלעס וועלן זי אויסנוצן צו אַטאַקירן די לענדער, נאָר אַז זיי וועלן עס לאָזן אין גאַנג ווי אַ נײַע „צאַצקע‟, כּדי זיך צו פֿאַרהיטן פֿון אַנדערע, וואָס וואָלטן געוואָלט אָפּשוואַכן איראַנס השפּעה אין דעם ראַיאָן.
וואָסערע מדינות באַטייליקן זיך אין די פֿאַרהאַנדלונגען? אַמעריקע, רוסלאַנד, כינע, ענגלאַנד, פֿראַנקרײַך און דײַטשלאַנד. עס באַקומט זיך, אַז איראַן פֿאַרהאַנדלט מיט צוויי מדינות, וואָס האָבן איר געהאָלפֿן קעגן אַלע סאַנקציעס, און מיט דרײַ מדינות, אַליִיִרטע פֿון אַמעריקע, וואָס וועלן מסתּמא מוזן זיך שלעפּן צום שלאַכט, אויב עס וועט, חלילה, אויסברעכן אַ מלחמה.
דאָס איז די סיבה, פֿאַרוואָס דער ישׂראלדיקער פּרעמיער האָט זיך אײַנגעעקשנט צו האַלטן אַ דרשה פֿאַרן קאָנגרעס. ישׂראל מוז זיך פֿאַרלאָזן אויף אַמעריקע, כּדי עס זאָל פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען עפּעס אַרויס אַזוינס, וואָס ישׂראל קאָן איבערקאָכן; אָבער ישׂראל גלייבט נישט, אַז אָבאַמאַ האָט באמת אין זינען אירע אינטערעסן. ווי נתניהו האָט באַמערקט, ווייסט מען שוין, אַז דער הסכּם וועט דערמעגלעכן, אַז איראַן זאָל לאָזן גאַנצערהייט זײַן נוקלעאַרישע אינפֿראַסטרוקטור; און עס וועלן אָפּגעשטעלט ווערן אַלע סאַנקציעס, אויב איראַן וועט נאָר האָבן געדולד אָפּצוהאַלטן אויף צען יאָר די אַרבעט איבער זײַן נוקלעאַרער פּראָגראַם.
מדינת־ישׂראל האָט דענערווירט דעם אַמעריקאַנער פּרעזידענט, ווײַל פֿונעם אַדמיניסטראַציע־שטאַנדפּונקט דאַרף ישׂראל זיך פֿירן נישט ווי אַ ייִדישע מדינה, נאָר אַ מדינה פֿון הויף־ייִדן.
די אַראַבישע מדינות פֿירן זיך אויף שטילער, אָבער זיי זײַנען אויך קעגן אַזאַ אָפּמאַך. אַן אַנאָנימער אַראַבישער באַאַמטער האָט געזאָגט דעם „וואָל סטריט דזשורנאַל‟, אַז די אַראַבער וואָלטן בעסער געוואָלט זען אַ דורכפֿאַל פֿון די פֿאַרהאַנדלונגען, איידער מען זאָל קומען צו אַ שלעכטן הסכּם. אַ סאַודישער זשורנאַליסט האָט אַפֿילו געשריבן דעם 2טן מאַרץ, אַז ער איז צופֿרידן, וואָס נתניהו גייט רעדן פֿאַרן קאָנגרעס. אַכמאַד אַל־פֿאַראַדזש האָט באַטאָנט: „איך גלייב, אַז נתניהוס אויפֿפֿיר וועט דינען אונדזערע אינטערעסן, די מענטשן פֿונעם גאָלף, אַ סך בעסער ווי דער אויפֿפֿיר פֿון איינעם פֿון די ערגסטע אַמעריקאַנער פּרעזידענטן‟.
אָט אַזאַ איז דער איצטיקער מצבֿ. פֿון איין זײַט, האָט מען דעם גאַנצן מיטעלן מיזרח, וואָס איז באַדראָט פֿון איראַן, אָבער באַטייליקט זיך נישט אין די פֿאַרהאַנדלונגען וועגן זײַן גורל. פֿון דער צווייטער זײַט, האָט מען געציילטע מערבֿדיקע מדינות, צוזאַמען מיט איראַנס גרעסטע אַליִיִרטע, וואָס לויט אַלע סימנים זײַנען זיי גרייט צו חתמען אַן אָפּמאַך, ווי שלעכט ער זאָל נישט זײַן, אַבי נאָר מע זאָל קאָנען זאָגן, אַז מען האָט נישט געפּטרט די צײַט אומזיסט און אומנישט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.