זונטיק אין אָוונט, דעם 1טן מאַרץ, איז יצחק הערצאָג געגאַנגען פּאַמעלעך אַהין און צוריק אויף דער בינע. מיט אַ לײַכטן שמייכל, האָט ער אָנגעהויבן רעדן אינעם מיקראָפֿאָן. דער קאַנדידאַט, וועלכער האָפֿט צו ווערן אַ נײַער ישׂראלדיקער פּרעמיער־מיניסטער, האָט דערציילט מיט אַ ווייכן רויִקן טאָן וועגן זײַן פּלאַן פֿון פּאָליטישע רעפֿאָרמען. אַפֿילו ווען ער האָט באַטאָנט, אַז ער קלײַבט זיך צו געווינען די וואַלן, האָט ער עס געזאָגט רויִק ווי אַן אַנאַליטיקער, נישט ווי אַן אָראַטאָר.
הערצאָג ווייסט, אַז זײַן אויפֿפֿירונג שיידט זיך אונטער גאַנץ שטאַרק פֿון די קאָנקורענטן. למשל, דער רעכטער מיניסטער פֿון עקאָנאָמיע, נפֿתּלי בענעט, האָט מיט עטלעכע טעג פֿריִער גערעדט פֿון דער זעלבער טריבונע, ווי אַ טייל פֿון די רעדעס פֿאַרן „תּל־אָבֿיבֿער אינטערנאַציאָנאַלן סאַלאָן‟, מיט אַן אויפֿגערעגט קול און פּנים, שרײַענדיק און זשעסטיקולירנדיק. להיפּוך, ווען עמעצער אינעם זאַל האָט געפֿרעגט הערצאָגן, וואָס ער מיינט וועגן דעם דאָזיקן מיניסטער, האָט ער סאַרקאַסטיש און קורץ געענטפֿערט, אַז בענעט איז אַ גראָבער בעת־גאווה, וועלכער קלײַבט זיך צו אַנעקסירן 100,000 פּאַלעסטינער און וואָס האָפֿט, אַז זיי וועלן ווערן געטרײַע תּושבֿים פֿון ישׂראל.
הערצאָג פֿירט אָן מיט דער לינק־צענטריסטישער אָפּאָזיציע, וועלכע האָפֿט צו באַזײַטיקן בנימין נתניהו אויף די קומענדיקע וואַלן דעם 17טן מאַרץ. דער אָפּאָזיציע־פֿירער וויל אײַנפֿירן נישט בלויז נײַע פּנימער אויף דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער אַרענע, נאָר צו בײַטן דעם סטיל פֿון פּאָליטיק. הערצאָג האָפֿט צו דערגרייכן צו פֿאַראייניקן די ישׂראלים מיט זײַנע פּאָליטישע פּלענער און צו אַנטוויקלען די באַציִונגען מיט די אַנדערע לענדער. להיפּוך צו נתניהוס שרײַענדיקער רעטאָריק און אומקאָמפּראָמיסלעכער קריגערײַ אַפֿילו מיט די בעסטע פֿרײַנד, קלײַבט זיך דער אָפּאָזיציע־פּאָליטיקער צו פֿאַרווירקלעכן זײַנע פּלענער שטיל און בהדרגה.
הערצאָגס קריטיקער, אַרײַנגערעכנט נתניהו, מיינען, אַז אַזאַ רויִקע הנהגה איז אַ שוואַכקייט. דער איצטיקער פּרעמיער האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַ רעקלאַמע, ווי אַ טייל פֿון דער וואַלן־קאַמפּאַניע, וואָס שילדערט הערצאָגן ווי אַ פּאַסיוון פּאַרשוין, וואָס וועט „קאַפּיטולירן פֿאַרן טעראָר‟. מיט זײַן אויפֿפֿירונג, קאָן דער אָפּאָזיציע־מנהיג פֿאַרלירן אַ סך שטימען פֿון ישׂראלדיקע וויילער, וועלכע זענען צוגעוווינט צו די הויך־רעדנדיקע פּאָליטיקער. הגם הערצאָגס פּאָפּולאַריטעט פֿאַרמעסט זיך מיט דערפֿאָלג מיט נתניהו, האָט די צײַטונג Time of Israel נישט לאַנג צוריק פֿאַרעפֿנטלעכט אַ פֿאָרשונג, אַז אַ פֿינפֿטל פֿון זײַנע פּאָטענציעלע שטיצער ווייסן גאָרנישט וועגן אים אָדער האָבן אַפֿילו נישט געהערט וועגן זײַן קאַנדידאַטור. די קריטיקער טענהן, אַז אַזאַ קאַנדידאַט טויג נישט, ווײַל אַ פּאָליטיקער מוז זײַן אַ כאַריזמאַטישע פֿיגור.
הערצאָג איז געבוירן געוואָרן אינעם יאָר 1960. זײַן משפּחה געהערט צו דער ישׂראלדיקער פּאָליטישער עליטע. זײַן זיידע, הרבֿ יצחק הערצאָג, איז געווען דער ערשטער אַשכּנזישער הויפּט־רבֿ אינעם לאַנד, און זײַן טאַטע, חיים הערצאָג, איז געווען דער זעקסטער ישׂראלדיקער פּרעזידענט. אַזוי ווי נתניהו, האָט הערצאָג פֿאַרענדיקט אַ מיטלשול אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן. ווען ער האָט זיך געלערנט אין דער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער שול „רמז‟, האָט זײַן טאַטע געדינט ווי אַן אַמבאַסאַדאָר בײַ דער „יו־ען‟.
שפּעטער האָט ער געמאַכט אַ געראָטענע אַדוואָקאַט־קאַריערע, געוואָרן צום ערשטן מאָל אַ כּנסת־דעפּוטאַט אין 2003, און געדינט ווי אַ מיניסטער פֿון טוריזם, וווילזײַן און וווינונג־ענינים. ער איז מסוגל צו פֿירן דיאַלאָגן און מאַכן פּשרות. וואָס שייך איראַן, קלײַבט ער זיך מיטצואַרבעטן ענגער מיט דער אַמעריקאַנער אַדמיניסטראַציע, אין שפּיץ מיטן פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ.
אַזוי צי אַזוי, איז מעגלעך, אַז הערצאָג וועט געווינען, נישט געקוקט אויף זײַן אומכאַריזמאַטישער פּערזענלעכקייט, פּשוט צוליב זײַן ראָלע ווי אַן אָפּאָזיציע־פֿירער, וואָס לייגט פֿאָר אַ בעסערע קאַנדידאַטור, אין פֿאַרגלײַך מיטן עגאָיִסטישן נתניהו, וועלכער איז שוין דערעסן געוואָרן אַ סך ישׂראלים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.