ידיעות פֿון מעלבורן

News From Melbourne

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „צילי‟
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „צילי‟

פֿון שרה זילבערמאַן

Published March 09, 2015, issue of April 03, 2015.

חורבן פֿילם־פֿעסטיװאַלן אין מעלבורן און אין סידנעי

דער ייִדישער אינטערנאַציאָנעלער פֿילם־פֿעסטיװאַל, דער מעלבורנער חורבן־צענטער און מוזעום, און דער סידנעיער ייִדישער מוזעום האָבן בשותּפֿות אײַנגעאָרדנט דעם ערשטן חורבן פֿילם־פֿעסטיװאַל אין מעלבורן און אין סידנעי במשך פֿון חודש מאַרץ. 30 פֿילמען װעלן געװיזן װערן און אײן פּיעסע װעט פֿאָרגעלײענט װערן במשך פֿונעם פֿעסטיװאַל. צװישן די פֿילמען איז דער ייִדישער פֿילם „צילי‟, װאָס איז באַזירט אױף אַהרן אַפּעלפֿעלדס ראָמאַן װעגן אַ יונגער ייִדישער פֿרױ, װאָס באַהאַלט זיך פֿון די נאַציס לעבן טשערנעװיץ. דער פֿילם איז געמאַכט געװאָרן אין 2014.

ייִדישער װאָכנשריפֿט פֿײַערט 120 יאָר

די װאָכנשריפֿט „די אױסטראַלישע ייִדישע נײַעס‟ (אָסטרײליען דזשויִש ניוז) פֿײַערט אירע 120 יאָר מיט אַ נײַ בוך, װאָס הײסט The Australian Jewish News – 120 Years.

טאָגשולן באַקומען נאָך 7.5 מיליאָן דאָלאַרן פֿאַר פֿאַרזיכערונג

54 אױסטראַלישע טאָגשולן, צװישן זײ — 17 ייִדישע טאָגשולן, װעלן זיך טײלן מיט 7.5 מיליאָן אױסטראַלישע דאָלאַרן, װעלכע די פֿעדעראַלע רעגירונג האָט באַשטימט צו פֿאַרשטאַרקן די זיכערהײט פֿון ייִדישע, מוסולמענישע, עפֿנטלעכע און אומאָפּהענגיקע טאָגשולן איבערן גאַנצן לאַנד. דער אױסטראַלישער ראַט פֿון ייִדישע טאָגשולן האָט געלױבט דעם באַשלוס. אין פֿיל ייִדישע טאָגשולן באַצאָלן משפּחות שױן אַ ספּעציעלן שטײַער צו העלפֿן דעקן די קאָסטן פֿון זיכערהײט־אײַנריכטונגען פֿאַר די שול־לאָקאַלן.

„גט‟־מישפּט פֿון אַן אױסטראַלישן מאַגיסטראַט

אַ מאַגיסטראַט אין װיקטאָריע האָט צום ערשטן מאָל אַנערקענט, אַז אױב אַ מאַן װיל נישט געבן זײַן פֿרױ אַ ייִדישן גט, כאָטש זײ גטן זיך אין די עפֿנטלעכע געריכטן, איז דאָס אַ פֿאַל פֿון אומלעגאַלן פּסיכאָלאָגישן און עמאָציאָנעלן מיסברױך. דער ועד הרבנים אין װיקטאָריע האָט געלױבט דעם מישפּט. קײנער װײסט ניט װיפֿל עגונות געפֿינען זיך אין אױסטראַליע.