דער ערשטער קאָנקורס אין אָנדענק פֿון דוד און קלער ראָזען — אַן אינטערנאַציאָנאַלער קאָנקורס פֿאַרן בעסטן סצענאַר אויף דער טעמע ייִדיש אָדער ייִדישקייט — האָט אויסגעקליבן דעם געווינער: דער מאָנטרעאָלער דראַמאַטורג, בען גאָנשאָר. זײַן היסטאָרישע דראַמע, When Blood Ran Red, שילדערט די פֿרײַנדשאַפֿט צווישן פּאָל ראָבסאָן, דער אַפֿראָ־אַמעריקאַנער אַקטיאָר, זינגער און לינקער אַקטיוויסט, און די סאָוועטיש־ייִדישע פֿירער בעת די סטאַליניסטישע צײַטן, ווען מע האָט באַזײַטיקט דעם רוסיש־ייִדישן טעאַטער און געפּרוּווט אויסוואָרצלען די ייִדישע שפּראַך און קולטור פֿונעם סאָוועטן־פֿאַרבאַנד.
די ריכטער פֿונעם קאָנקורס האָבן באַקומען הונדערטער אַפּליקאַנטן. מער ווי 60 פֿון זיי האָט מען איבערגעלייענט און פֿינף פֿינאַליסטן זענען אויסגעקליבן געוואָרן. צווישן די ריכטער אינעם פּאַנעל זענען געווען עטלעכע אָנגעזעענע פֿיגורן, ווי, למשל, די בראָדוויי־פּראָדוצענטן עמנואל אַזנבערג און דזשיין דובין; דער לידער־שאַפֿער, דזשייסאָן ראָבערט בראַון, און די דראַמאַטורגן דזשעף באַראָן, דזשאָן מאַראַנס און ישׂראל האָראָוויץ.
„די ריכטער זענען שטאַרק גערירט געוואָרן פֿון דעם ווי אַזוי די פּיעסע מאָלט אויס אַן עפּאָכע פֿון דער ייִדישער געשיכטע ווי אויך די פּערזענלעכע באַציִונגען,‟ האָט דערקלערט דזשאָן מאַראַנס וועגן גאָנשאָרס דראַמע. עמנואל אַזנבערג האָט געזאָגט, אַז „אַלע סצענאַרן, וואָס מע האָט אונדז אַרײַנגעשיקט, האָבן טאַקע געשילדערט די ייִדישע שפּראַך אָדער קולטור אין אונדזער געזעלשאַפֿט, אָבער די דראַמע האָט געבראַכט אַ היסטאָרישן קוקווינקל, וואָס איז געווען סײַ פֿאַרכאַפּנדיק, סײַ אייגנאַרטיק.‟
די פּיעסע וועט געוויזן ווערן אויפֿן 100סטן פֿעסטיוואַל פֿון דער „פֿאָלקסבינע‟ דעם קומעדיקן זומער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.