די וואָך האָט זיך געעפֿנט דער צווייטער יערלעכער „ייִדישער אײַדאָל‟ — אַ קאָנקורס, וואָס זוכט אָריגינעלע ייִדישע לידער, און וואָס די ריכטער קלײַבן אויס די צוויי בעסטע שאַפֿונגען פֿאַר אַ לעבעדיקן עולם. דער קאָנקורס מאַכט נאָך דעם מוסטער פֿון דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־פּראָגראַם American Idol.
דער געווינער פֿונעם בעסטן ליד, וואָס באַשטייט סײַ פֿון אַן אָריגינעלן טעקסט, סײַ אַליין־געשאַפֿענער מוזיק — וועט באַקומען $1,000, און דער געווינער פֿונעם בעסטן טעקסט צוגעפּאַסט צו אַ שוין־עקזיסטירנדיקער מעלאָדיע, וועט באַקומען $750. אַלע קענען אָנטיילנעמען, ס׳מאַכט נישט אויס ווי אַלט זיי זענען, אָדער וווּ זיי וווינען. אַפֿילו מענטשן, וואָס קענען נישט פֿליסיק ייִדיש קאָנען זיך באַטייליקן, דורך קאָלאַבאָרירן מיט אַנדערע, וואָס קענען יאָ מאַמע־לשון.
דער „ייִדישער אײַדאָל‟ איז געגרינדעט געוואָרן פֿאַראַיאָרן אין דער שטאָט מעקסיקע דורך אַ גרופּע ליבהאָבער פֿון ייִדיש, וועלכע האָבן געזוכט אַן אופֿן ווי אויפֿצוהאַלטן אַן אינטערעס צו דער ייִדישער שפּראַך און קולטור בײַם ייִנגערן דור. אַ צאָל יונגע ייִדן אין מעקסיקע האָבן זיך אַמאָל געלערנט ייִדיש אין די מעקסיקאַנער ייִדישע טאָגשולן, אָבער זינט דער ייִדיש־לימוד איז ממש פֿאַרשוווּנדן געוואָרן פֿונעם קוריקולום אין די שולן, האָבן די גראַדואַנטן ווייניק געלעגנהייטן זיך צו באַניצן מיט ייִדיש.
פֿאַראינטערעסירטע דאַרפֿן זיך פֿאַרשרײַבן דורך דער אָפֿיציעלער וועבזײַט www.deridisheridol.com, און אַרײַנשיקן אַ ווידעאָ, וווּ זיי זינגען זייער אָריגינעל ליד, דורך YouTube, Dropbox, wetransfer, אאַז״וו פֿאַרן 13טן אַפּריל 2015, אויף דעם אַדרעס: ijbinderidisheridol@deridisheridol.com. דאָס ליד מוז זײַן לענגער פֿון 1/2־2 מינוט, און וועט געמישפּט ווערן סײַ לויטן אינהאַלט, סײַ לויט דער קוואַליטעט פֿון דער פֿאָרשטעלונג. מע קאָן באַגלייטן דאָס ליד אָדער דורך אַן אינסטרומענט, אָדער דורך רעקאָרדירטער מוזיק.
דערצו דאַרף דער מחבר אָנווײַזן, צי דאָס ליד איז פֿון דער ערשטער קאַטעגאָריע (נײַער טעקסט און מעלאָדיע), צי פֿון דער צווייטער (נײַער טעקסט צו אַן עקזיסטירנדיקער מעלאָדיע).
דעם 30סטן אַפּריל וועט דער זשורי מעלדן די נעמען פֿון די פֿינאַליסטן, און דעם 14טן יוני וועט אין מעקסיקע פֿאָרקומען דער „ייִדישער אײַדאָל‟ גופֿא, וווּ די מחברים וועלן אויפֿטרעטן אויף דער בינע מיט זייערע שאַפֿונגען, און די ריכטער וועלן אויסקלײַבן די צוויי געווינער. הגם די אונטערנעמונג וועט פֿאָרקומען אין מעקסיקע, פֿאַרבעטן די ריכטער מענטשן איבער דער גאַנצער וועלט זיך צו באַטייליקן אינעם פֿאַרמעסט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.