די מוזיק־גרופּע פֿון דער שארית־הפּליטה

Holocaust Survivor Band

שאול דרײַער און ראובֿן סאָסנאָוויטש, צוויי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס שפּילן די אַלטע ייִדישע מוזיק פֿון פּוילן, שטייען צווישן די ליבהאָבער פֿון זייערע אויפֿטריטן
Facebook
שאול דרײַער און ראובֿן סאָסנאָוויטש, צוויי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וואָס שפּילן די אַלטע ייִדישע מוזיק פֿון פּוילן, שטייען צווישן די ליבהאָבער פֿון זייערע אויפֿטריטן

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

נישט לאַנג צוריק, האָט די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ פֿאַרעפֿנטלעכט אויף דער אינטערנעץ אַ פֿינף־מינוטיקן ווידעאָ־פֿראַגמענט וועגן דעם 89־יאָריקן שאול דרײַער און דעם 85־יאָריקן ראובֿן סאָסנאָוויטש — צוויי ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, וועלכע האָבן געשאַפֿן אַן אייגנאַרטיקע כּלי-זמר-גרופּע אין פֿלאָרידע, וואָס שפּילט ייִדישע מוזיק. די אָריגינעלקייט באַשטייט אין דעם, וואָס ביידע מוזיקאַנטן האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן.

דער דועט איז געגרינדעט געוואָרן דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער. דרײַער איז אַ פּויקער, און סאָסנאָוויטש איז אַן אַקאָרדעאָניסט. צוזאַמען, האָבן זיי באַשלאָסן צו שפּילן די ייִדישע נגינות, וואָס זיי האָבן געהערט פֿאַר דער מלחמה אין פּוילן. נישט לאַנג צוריק, זענען זיי אויפֿגעטראָטן מיט אַ קאָנצערט אין לאַס־וועגאַס, צוזאַמען מיטן באַקאַנטן זינגער דודו (דוד) פֿישער.

דרײַער, אַ געבוירענער אין קראָקע, האָט איבערגעלעבט דעם נאַצי־לאַגער מאַוטהאַוזען. סאָסנאָוויטשן, אַ ייִד פֿון וואַרשע, האָט זיך אײַנגעגעבן צו אַנטלויפֿן פֿון דער וואַרשעווער געטאָ און זיך אויסצובאַהאַלטן פֿון די נאַציס. ער האָט געמוזט שלאָפֿן צווישן די קי אויף דער פֿאַרם פֿון אַ פּאָליאַק, וועלכער האָט אים אָפּגעראַטעוועט, און גריבלען זיך אין מיסט־קאַסטן, כּדי צו געפֿינען וואָס צו עסן. נאָך דער מלחמה, אין אַ פּליטים־לאַגער, האָט ער זיך אויסגעלערנט צו שפּילן ווי אַ פּראָפֿעסיאָנעלער מוזיקאַנט. אַחוץ דעם אַקאָרדעאָן, שפּילט ער אויך אויפֿן עלעקטראָנישן סינטעזאַטאָר.

סאָסנאָוויטש האָט דערקלערט, אַז ווען ער שפּילט צוזאַמען מיט זײַן חבֿר, דערמאָנען זיי זיך וועגן זייערע שרעקלעכע יונגע יאָרן. „ווען מיר האָבן געהערט מוזיק, האָבן מיר געפֿילט, אַז מיר לעבן נאָך‟. איצט, יעדעס מאָל, ווען זיי שפּילן, פֿילן זיי זיך ווידער אויפֿגעלעבט. די מוזיקאַנטן האָבן צוגעגעבן, אַז די אַנדערע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה דערקוויקן זיך אויך, ווען זיי דערהערט די אַלטע היימישע מעלאָדיעס.

דער דועט באַגרענעצט זיך נישט בלויז מיט דער פֿאַרמלחמהדיקער ייִדישער מוזיק און שפּילט אויך אַזעלכע פּאָפּולערע מאָדערנע ניגונים, ווי „הבֿה נגילה‟ און די מוזיק פֿונעם פֿילם „דער פֿידלער אויפֿן דאַך‟. די ענערגישע אָפּטימיסטישע מוזיקאַנטן האָבן איבערגעגעבן, אַז זיי האָבן ליב צו שפּילן ספּעציעל פֿאַר ייִדן פֿון זייער עלטער־גרופּע. אַ סך עלטערע ייִדישע פֿרויען זענען צווישן זייערע ליבהאָבער, און פֿרעגן בײַ זיי כּסדר, צי זיי זענען חתונה־געהאַטע.