ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

די אַרגענטינער פֿעדעראַלע ריכטערין און אַלמנה פֿון אַלבערטאָ ניסמאַן, סאַנדראַ אַראָיאָ סאַלגאַדאָ, מיטן עקספּערט־וויסנשאַפֿטלער, אָסוואַלדאָ ראַפֿאָ, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ וועגן די רעזולטאַטן פֿון איר אייגענער אויספֿאָרשונג פֿון איר מאַנס טויט, דעם 5טן מאַרץ, אין בוענאָס־אײַרעס
Getty Images
די אַרגענטינער פֿעדעראַלע ריכטערין און אַלמנה פֿון אַלבערטאָ ניסמאַן, סאַנדראַ אַראָיאָ סאַלגאַדאָ, מיטן עקספּערט־וויסנשאַפֿטלער, אָסוואַלדאָ ראַפֿאָ, בעת אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ וועגן די רעזולטאַטן פֿון איר אייגענער אויספֿאָרשונג פֿון איר מאַנס טויט, דעם 5טן מאַרץ, אין בוענאָס־אײַרעס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published March 12, 2015, issue of April 03, 2015.

ניסמאַנס ערשטע פֿרוי שטעלט צו נײַע פֿאַקטן

די געװעזענע פֿרוי פֿונעם פֿאַרשטאָרבענעם פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן האָט פֿאַררופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ דאָנערשטיק, דעם 6טן מאַרץ, װוּ זי האָט איבערגעגעבן די אויספֿירן, צו װעלכע אירע ספּעציאַליסטן זײַנען דערגאַנגען אין שײַכות מיטן טויט פֿונעם טאַטן פֿון אירע טעכטער.

זי, אַליין אַ ריכטערין, און װי אַ פֿאָרשטייערין פֿון ניסמאַנס משפּחה, האָט זיך געװאָנדן צו די 3 באַרימסטע ספּעציאַליסטן אויפֿן קרימינעלן געביט. זיי האָבן אונטערגעשריבן אַ דערקלערונג, אַז לויט די בילדער און פֿילמען װאָס זיי האָבן באַקומען, די רעזולטאַטן װאָס דאָס געריכט האָט באַקומען נאָכן פּאַלמעסן ניסמאַנען, און אַנדערע סודותדיקע מאַטעריאַלן װאָס זי האָט צוגעשטעלט אין געריכט — זעט מען, אַז דעם פּראָקוראָר האָט מען געהרגעט, און אַז מען האָט צוגעגרייט די דירה, מען זאָל מיינען, אַז ער האָט זיך גענומען דאָס לעבן. די פּראָקוראָרין פֿײַן האָט גלײַך געענטפֿערט, אַז זי װעט צונויפֿרופֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע צו אַנאַליזירן די צוגעשטעלטע מאַטעריאַלן, װאָס זײַנען זיך סותר מיט די אָפֿיציעלע רעזולטאַטן. זי האָט אויך דערקלערט, אַז דערװײַל האָט זי ניט קיין שום ענדגילטיקע היפּאָטעזע, און אַז פֿון דעם מאָמענט, װען מען האָט זי גערופֿן צו אינטערװענירן אין דעם פֿאַל ביז זי איז אָנגעקומען, זײַנען אַריבער לפּחות 3 שעה, איבער װעלכע זי קען גאָר נישט גאַראַנטירן.


דער ייִדישער פּראָדוצענט כעראַרדאָ סאָפֿאָװיטש איז געשטאָרבן

כעראַרדאָ סאָפֿאָװיטש איז געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס, זונטיק דעם 8טן מאַרץ, אין עלטער פֿון 77 יאָר. ער איז געװען אפֿשר דער װיכטיקסטער טעאַטער־, קינאָ־ און טעלעװיזיע־פּראָדוצירער די לעצטער 50 יאָר. ער איז געװען שטאָלץ מיט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, און פֿלעגט כּסדר באַניצן ייִדישע װערטער אין זײַנע טעלעװיזיע־פּראָגראַמען, װאָס זײַנען געװאָרן שטאַרק פּאָפּולער אין דער בוענאָס־אײַרעסער שפּראַך. מען פֿלעגט אים רופֿן „רוסאָ (רוס)‟, װײַל אַזוי האָט מען גערופֿן די ייִדן, װאָס זײַנען אָנגעקומען קיין אַרגענטינע פֿון דער צאַרישער אימפּעריע, בײַם סוף פֿון 19טן יאָרהונדערט, און דער נאָמען איז פֿאַרבליבן אין דער קאָלאָניאַלער שפּאַנישער שפּראַך װי אַ סינאָנים פֿאַר „ייִד‟.


אַ יום־טובֿ פֿאַר קינדער

ספּעציעל פֿאַר קינדער האָט די בוענאָס־אײַרעסער קהילה געפֿײַערט דעם יום־טובֿ פּורים. אין אַ צענטראַלן פּאַרק פֿון דער שטאָט האָבן זיך פֿאַרזאַמלט הונדערטער משפּחות. פֿאַר די קינדער האָט מען אָרגאַניזירט ספּעציעלע װאַרשטאַטן, צוגעגרייט מאַסקעס, געטאַנצט, געזונגען, געגעסן, און אין אָװנט האָט מען געהערט אַ קאָנצערט מיט קלעזמאָרים, װאָס האָבן פֿאַרװײַלט דעם עולם. אַלע קינדער האָבן באַקומען שלח־מנות: גראַגערס, פֿײַפֿלעך, זיסװאַרג און מעשׂה־ביכלעך אויף ייִדישע טעמעס.


פֿרויען בײַם רונדנטיש לכּבֿוד זייער אינטערנאַציאָנאַלן טאָג

דאָנערשטיק דעם, 12טן מאַרץ, האָט מען אין טעאַטער־זאַל פֿון דער קהילה געפֿײַערט דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון דער פֿרוי. בײַ אַ ספּעציעל צוגעגרייטן רונדנטיש האָבן באַקאַנטע פֿרויען אויף פֿאַרשיידענע געביטן אַנאַליזירט די לאַגע פֿון דער פֿרוי. מען האָט געשלאָסן דעם אָװנט מיט אַ רײַכער קינסטלערישער פּראָגראַם. דער אַרײַנגאַנג איז געװען אַ פֿרײַער, אָבער דער עולם האָט באַדאַרפֿט ברענגען שול־מכשירים, װאָס די קהילה װעט פֿאַרטיילן אין די שולן פֿון אָרעמע געגנטן.


אַ נײַ בוך וועגן דער טעטיקייט פֿון „דאַיאַ‟

אין דעם „אַרגענטינער אַדװאָקאַטן פֿאַרבאַנד‟ איז פּרעזענטירט געװאָרן דאָס בוך „זײ װעלן זײַן דאָס לעבן‟, װאָס שפּיגלט אָפּ די באַערונגען װאָס די „דאַיאַ‟ האָט דורכגעפֿירט במשך 2005־2014 אין 18 אַמבאַסאַדעס פֿון די לענדער, װאָס האָבן געהאָלפֿן ראַטעװען און פֿאַרטיידיקן ייִדן בעתן חורבן. אַ 100 עדות האָבן בײַגעטראָגן זייערע איבערלעבונגען, װאָס זײַנען ביז גאָר װיכטיק זיך צו באַקענען מיט נאָך אַספּעקטן פֿון דער טראַגישער צײַט, װאָס אונדזער פֿאָלק האָט דורכגעמאַכט.


פּרעמיע „פֿרײַנד פֿון ישׂראל‟

די דעפּוטאַטין פּאַטריסיאַ בולריטש איז באַערט געװאָרן מיט דער פּרעמיע „פֿרײַנד פֿון ישׂראל‟. די פּרעמיע איז איר פֿאַרטיילט געװאָרן פֿאַר אירע באַמיִונגען צו פֿאַרשטאַרקן די באַציִונגען צװישן ישׂראל און אַרגענטינע אויפֿן פֿעלד פֿון פּאָליטיק, װירטשאַפֿט, דערציִונג און קעגן דיסקרימינאַציע.


נאָך 20 יאָר שאַפֿט מען אַ נײַע אויספֿאָרש־קאָמיסיע

נאָך 20 יאָר אָן רעזולטאַטן און װי אַ פּועל־יוצא פֿון די אינערלעכע קאַמפֿן אין די שפּיאָנאַזש־באַדינונגען, װאָס האָבן דערפֿירט צו באַזײַטיקן דעם דירעקטאָר סטיוסאָ, װאָס איז געװען דער אויספֿאָרשער פֿונעם אַטענטאַט אויף דעם קהילה־בנין, װיל מען שאַפֿן אַ ספּעציעלע קאָמיסיע, װאָס זאָל רעװידירן די אָנגעזאַמלטע מאַטעריאַלן. דערװײַל שטודירט מען די לעגאַלע אַספּעקטן.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.