גענעראַלן קריטיקירן נתניהו

Generals Target Netanyahu

אשר לוי, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער גענעראַל, טרעט אויף אין אַ קריטישן ווידעאָ קעגן נתניהוס זיכערהייט־באַשלוסן.
Getty Images
אשר לוי, אַ געוועזענער ישׂראלדיקער גענעראַל, טרעט אויף אין אַ קריטישן ווידעאָ קעגן נתניהוס זיכערהייט־באַשלוסן.

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published March 15, 2015, issue of April 03, 2015.

אין אַ וואַלן־רעקלאַמע, באַגלייט מיט דראַמאַטישער מוזיק, האָט בנימין נתניהו נישט לאַנג צוריק דערקלערט, אַז צווישן די דערגרייכונגען פֿון זײַן רעגירונג זענען געווען געוויסע זיכערהייט־ענינים. ער האָט געזאָגט, אַז זײַן פּאַרטיי, „ליכּוד‟, האָט אָפּגעשטעלט די טעראָריסטן, פֿאַרדאַמט די איראַנישע נוקלעאַרע פּראָגראַם און פֿאַרפֿעסטיקט די ישׂראלדיקע גרענעץ.

די ווידעאָ־רעקלאַמע איז אַרויס מיטוואָך, דעם 11טן מאַרץ. דאָס איז דער לעצטער מוסטער אין נתניהוס פּרוּוו צו דערווײַזן, אַז ווען עס קומט צו די זיכערהייט־ענינים, איז ער דער בעסטער פּרעמיער־קאַנדידאַט. ס׳זעט אויס, אַז ס׳רובֿ ישׂראלים זענען מסכּים מיטן דאָזיקן אַספּעקט פֿון זײַן פּאָליטישער טעטיקייט.

אַ גרופּע פֿון 186 פּענסיאָנירטע ישׂראלדיקע גענעראַלן, אַרײַנגערעכנט די געוועזענע שעפֿן פֿון „מוסד‟ און געטינע מיליטערישע פֿירער פֿון צה״ל, זענען אָבער דווקא נישט מסכּים. אין זייער אייגענעם ווידעאָ, דריקן זיי אויס זייער מיינונג, אַז נתניהו האָט באַהאַנדלט די זיכערהייט־ענינים געפֿערלעך שלעכט. אַדרבה, ווי עס טענהן די גענעראַלן, האָט נתניהו פֿאַרזען די געלעגנהייט צו פֿאַרבעסערן די זיכערהייט־פּאָזיציעס נאָך דער מלחמה אין עזה דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער; ער איז נישט מסוגל צו פֿירן פֿאַרהאַנדלונגען מיט די פּאַלעסטינער, און דערצו האָט קאַליע געמאַכט די באַציִונגען מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן.

דער בריגאַדיר־גענעראַל אשר לוי האָט באַטאָנט, אַז נתניהו האָט קיינמאָל נישט אָנגענומען קיין אייגענע באַשלוסן און נישט אָנגעהויבן קיין אייגענע איניציאַטיוו. נאָך דער מלחמה אין עזה, האָט די ישׂראלדיקע רעגירונג געהאַט אַ גוטע געלעגנהייט צו שליסן אַ זיכערהייט־אָפּמאַך מיט די לענדער פֿונעם פּערסישן אײַנגוס, סאַודיע און עגיפּטן קעגן דעם ראַדיקאַלן איסלאַמיזם. דער פּרעמיער האָט עס אָבער נישט געטאָן. אַנשטאָט אויפֿצוטרעטן ווי אַן אָריגינעלער פּאָליטישער פֿירער, האָט ער בלויז מעכאַניש געפֿאָלגט זײַן שיטה.

די פֿאַרגאַנגענע וואָך, האָט מאיר דגן, אַ געוועזענער דירעקטאָר פֿון „מוסד‟, שאַרף קריטיקירט נתניהו בעת אַ מאַסן־דעמאָנסטראַציע אין תּל־אָבֿיבֿ, אין וועלכער עס האָבן זיך באַטייליקט 40,000 מענטשן. שבתי שבֿיט, אַן אַנדער פּענסיאָנירטער „מוסד‟־דירעקטאָר, האָט נישט לאַנג צוריק באַמערקט, אַז צו האַלטן כּסדר מלחמות איז דווקא אַ געפֿערלעך שוואַכע סטראַטעגיע.

לוי האָט צוגעגעבן, אַז די ראָלע פֿונעם פּרעמיער־מיניסטער באַשטייט נישט אינעם געווינען אַ נײַע מלחמה אָדער אַרויסווײַזן זײַנע דעות בעת אַ קריגערײַ מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, נאָר אינעם אויסמײַדן באַוואָפֿנטע קאָנפֿליקטן און פֿאַרבעסערן די באַציִונגען מיט דער וועלט.