פֿראַנצייזישע קאָמעדיע צו קאָנטראָווערסאַל פֿאַר אַמעריקע

French Comedy Too Controversial For America

אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „אַ ריי נישט־געוווּנטשענע חתונות‟
אַן עפּיזאָד פֿונעם פֿילם „אַ ריי נישט־געוווּנטשענע חתונות‟

פֿון אַנדרו לאַפּין (Forward)

Published March 15, 2015, issue of April 03, 2015.

אין דער ערשטער סצענע פֿונעם פֿילם „אַ ריי נישט־געוווּנטשענע חתונות‟, זעט מען די פֿאַרקרימטע פּנימער פֿון אַ ווײַס קאַטויליש פּאָרפֿאָלק אין קלויסטער, בעת זייער עלטסטע טאָכטער האָט חתונה מיט אַן אַראַבער. אין דער צווייטער סצענע, מאַכן זיי ווידער גרימאַסן, ווען זייער צווייטע טאָכטער האָט חתונה מיט אַ ייִד.

און דאָס איז בלויז דער אָנהייב. די דריטע טאָכטער נעמט אַ כינעזער, און די פֿערטע — אַן אַפֿריקאַנער. אמת, דער אַפֿריקאַנער איז אַ קאַטוילישער, אָבער די עלטערן באַוויינען סײַ־ווי זייער גורל, וואָס זיי וועלן שוין נישט האָבן קיין איין ווײַסן פֿראַנצייזישן איידעם.

אין פֿראַנקרײַך איז דער פֿילם, וואָס אויף פֿראַנצייזיש הייסט עס Qu‘est-ce qu‘on a fait au Bon Dieu? (וואָס האָבן מיר געטאָן דעם גאָט?) געווען דער גרעסטער שלאַגער פֿון יאָר, אַרײַנברענגענדיק מער ווי 104 מיליאָן דאָלאַר. אָבער לויט אַן אַרטיקל אינעם פֿראַנצייזישן זשורנאַל Le Point דעם פֿאַרגאַנגענעם האַרבסט, האָבן די פֿילם־אַגענטן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ענגלאַנד באַשלאָסן נישט צו פֿאַרשפּרייטן דעם פֿילם, אַ פּנים, ווײַל דער פֿילם איז צו „פּאָליטיש נישט־קאָרעקט‟ פֿאַר זייער עולם.

און דאָס איז געווען נאָך פֿאַר די טעראָריסטישע אַטאַקן אין פּאַריז. הײַנט וואָלט אַזאַ קאָמעדיע וועגן נאַציאָנאַליזם און קסענאָפֿאָביע נאָך ווייניקער געפֿעלן געוואָרן דעם ברייטן אַמעריקאַנער עולם, האַלטן די פֿילם־אַגענטן. פֿון דעסטוועגן, האָט מען יאָ געוויזן דעם פֿילם אויף ייִדישע קינאָ־פֿעסטיוואַלן אין וואַשינגטאָן, אַטלאַנטע און סאַן־דיעגאָ.

„דעם אמת געזאָגט, איז געווען שווער צו באַשליסן, צי מיר זאָלן ווײַזן דעם פֿילם, צי נישט, ווײַל געוויסע סצענעס האָבן מיך אָפּגעשטויסן, אָבער אַנדערע זענען טאַקע געווען זייער קאָמיש,‟ האָט באַמערקט איליאַ טאָווביס, דירעקטאָר פֿונעם וואַשינגטאָנער קינאָ־פֿעסטיוואַל. „אין לעצטן סך־הכּל, האָב איך באַשלאָסן, אַז ס׳איז פֿאָרט כּדאי צו זען.‟

טאָווביס האָט זיך אומזיסט געזאָרגט. דער עולם האָט זיך געקאַטשעט פֿאַר געלעכטער — צום טייל, ווײַל ס׳רובֿ פֿון די וויצן מאַכן חוזק פֿון די באָבע־זיידע. ווייניק פֿונעם הומאָר איז קעגן ייִדן.

דער איינציקער פֿאַררוף אויף די ייִדן איז אַ גאַנץ עקלדיקע סצענע, וווּ דער משפּחהס הונט עסט אויף, על־פּי־טעות, דאָס אָפּגעשניטענע שטיקל הויט נאָך אַ ברית־מילה. שפּעטער זעט מען ווי דער ייִדישער איידעם און זײַן אַראַבישער שוואָגער ווינקען זיך איבער, בײַם דערציילן די קינדער ניטל־טאָג, אַז יעזוס איז „בלויז געווען אַ נבֿיא‟, נישט קיין גאָט.

צום סוף, ווערן אַלע שוואָגערס שותּפֿים אין אַ געשעפֿט, און הייבן דערבײַ אָן אָפּצושאַצן אַלעמענס קולטורעלע אונטערשיידן — אַ פּנים, אַ מוסר־השׂכּל פֿאַר דער פֿראַנצייזישער געזעלשאַפֿט בכלל.