זײַענדיק אַ יונגער טאַטע און לעבנדיק אינעם פֿאַרמאַכטן חסידישן שטעטל ניו־סקווער, האָט שלום דין אַמאָל געאַרבעט ווי אַ מלמד אין אַ חדר. אין זײַן בוך זכרונות „די, וואָס גייען אַוועק, קומען נישט צוריק‟, דערציילט ער וועגן זײַן שווערן לעבנס־וועג. דער מחבר האָט חתונה געהאַט בײַ 18 יאָר; צו ביסלעך, האָט ער זיך אַנטוישט אינעם חסידישן דרך און אַרויסגעוואָרפֿן געוואָרן פֿאַר זײַן כּפֿירה פֿונעם שטעטל. דעם 15טן מאַרץ האָט דער Forward פֿאַרעפֿנטלעכט דינס אַרטיקל, וווּ ער דערציילט וועגן דער פּראָבלעם פֿון קלעפּ, וואָס די חדר־ייִנגלעך באַקומען צומאָל פֿון די מלמדים.
דין דערמאָנט זיך, אַז מיט 14 יאָר צוריק האָט דער רבי אינעם דריטן קלאַס פֿונעם חדר געגעבן אים אַ פּאַטש איבער די הענט פֿאַרן צייכענען אַ צווייפֿלהאַפֿטיקן בילד אַנשטאָט לערנען; מיט 8 יאָר צוריק, אינעם נײַנטן קלאַס, האָט ער באַקומען קלעפּ פֿאַרן עסן בעת אַ לימוד. מיט יאָרן שפּעטער, ווען ער האָט אַליין אָנגעהויבן פֿירן קלאַסן, האָט ער זיך אָנגעשטויסן אויף אַ דילעמע: צי ס׳איז כּדאַי צו פּאַטשן די קינדער, וואָס הערן זיך נישט צו צום לערער, שמועסן צווישן זיך אינעם קלאַס און איגנאָרירן אינגאַנצן דעם לימוד. אייניקע קינדער פֿלעגן אַפֿילו אויפֿשטיין און אַרומשפּאַצירן איבערן קלאַס־צימער.
דער מחבר פֿון די נײַע זכרונות האָט דערציילט אין זײַן צײַטונג־אַרטיקל וועגן אַ דאַר ייִנגל מיטן נאָמען חיים־נחום בראַון, וועלכער איז צוגעקומען צום פֿענצטער אינמיטן אַ לימוד און אָנגעהויבן עפּעס שרײַען צו זײַנעם אַ חבֿר. ווען דער לערער האָט געפּרוּווט אים אומצוקערן צו זײַן בענקל, האָט ער געמאַכט אַ גרימאַסע און דער גאַנצער קלאַס האָט זיך צעלאַכט. דאָס איז געשען אויפֿן צווייטן טאָג פֿון דער צײַטווײַליקער אַרבעט; דער 22־יאָריקער מלמד האָט געדאַרפֿט באַהאַנדלען די חוצפּהדיקע 10־יאָריקע קינדער במשך פֿון צוויי וואָכן. ווי אַזוי קאָן אַ דערוואַקסענער חתונה־געהאַטער מאַן אויסהאַלטן די בזיונות פֿון יונגע שנעקן?
ווען שלום דין האָט שפּאַצירט לעבן דעם חדר, האָט ער באַמערקט אויף דער גאַס אַ דראָט. פּונקט מיט אַזאַ גומענעם „אינסטרומענט‟ האָט זײַן רבי אים אַמאָל געשמיסן. האָט ער אַרויפֿגעהויבן דאָס דראָט און געטראַכט, אַז אין זײַן קלאַס קאָן עס צו נוץ קומען. דער יונגער מלמד האָט זיך אָנגעהויבן צוגעוווינען צו די שרײַענדיקע קליינע מחוצפֿים און באַשלאָסן זיי, צוערשט, נישט צו שמײַסן.
ווען דין האָט געבעטן איינעם פֿון די ייִנגלעך נישט צו שמועסן מיט זײַן חבֿר, האָט יענער געענטפֿערט מיט אַ באַקאַנטער ייִדישער פֿראַזע: „איך פֿײַף דיך אָן!‟. נאָך אַזעלכע פֿרעכע ווערטער, האָט דעם לערערס האַנט זיך אַליין אויפֿגעהויבן. אַנשטאָט צו וואָרענען „האַלט אַרויס די האַנט‟, ווי דער רבי פֿלעגט טאָן אין זײַנע קינדער־יאָרן, האָט ער אים דערלאַנגט — מיט אַ צישנדיקן פֿײַף — אַ שמיץ מיט זײַן דראָט.
דער שמיץ האָט געפּועלט. נאָך דער דאָזיקער מעשׂה, האָט דער קלאַס מער נישט געוואַגט אַרויסצוּווײַזן קיין חוצפּה. צי האָבן זיי אָבער אָנגעהויבן באַציִען זיך צו זייער רבין מיט אַ גרעסערן דרך־ארץ? אַדרבה, הגם די קליינע תּלמידים האָבן זיך איבערגעשראָקן, האָבן זיי קלאָר פֿאַרשטאַנען, אַז מיט זייער חוצפּה האָבן זיי געצוווּנגען דעם לערער אַרויסצוּווײַזן דווקא אַ סימן פֿון שוואַכקייט.
דין האָט איבערגעגעבן, אַז די מלמדים אין ניו־סקווער פֿירן זיך אויף, געוויינטלעך, מער אַכזריותדיק, ווי אין באָראָ־פּאַרק — דער ראַיאָן פֿון ברוקלין, וווּ עס וווינען טויזנטער חסידים. איין מלמד האָט, צום בײַשפּיל, באַשולדיקט אַ קינד פֿונעם ערשטן קלאַס אינעם צוגנבֿענען אַ פּעקל קאָנפֿעקטלעך און אַזוי שטאַרק אים אָנגעשמיסן, אַז דאָס ייִנגל האָט נישט געקאָנט זיצן עטלעכע טעג. אַ ביסל שפּעטער, האָט דער מלמד זיך דערמאָנט, אַז די קאָנפֿעקטלעך ליגן אין אַן אַנדער שופֿלאָד.
לעצטנס, האָט דער חסידישער עולם אָנגעהויבן צו בײַטן דעם צוגאַנג און אויסמײַדן די קערפּערלעכע שטראָפֿן. אַנשטאָט צו שמײַסן די שלעכטע קינדער, באַלוינען זיי די בעסטע תּלמידים מיט זיסע נאַשערײַען. אַ טייל שול־פֿירער גלייבט אָבער, אַז אינגאַנצן אָן פּעטש קאָן מען זיך נישט באַגיין.
שלום דין דערציילט, אַז אַחוץ דער דאָזיקער דילעמע, האָט די בילדונג־סיסטעם אין ניו־סקווער געליטן פֿון בפֿירושער שווינדלערײַ. די רעגירונג גיט דאָך נישט אויס קיין סובסידיעס פֿאַר רעליגיעזע לימודים, אָבער די פֿרומע שול־אַדמיניסטראַציע וויל דווקא נישט אײַנפֿירן קיין וועלטלעכע דיסציפּלינען. געוויסע לערער האָבן זיך דעריבער געגעבן אַן עצה: צו באַקומען די מלוכישע סובסידיעס, כּלומרשט, פֿאַר אַלגעמיינע לימודים, און למעשׂה צו זאַלמען נאָך מער געלט פֿון די עלטערן פֿאַר משניות־שיעורים. אַ צאָל ניו־סקווערער תּושבֿים זענען אײַנגעזעצט געוואָרן אין טורמע פֿאַר פֿאַרשיידענע קונצן מיט סובסידיעס, פֿון זעקס חדשים ביז זעקס יאָר.
דין דערציילט, אַז ער אַליין איז געווען פֿאַרמישט אין אַזאַ פּראָגראַם. ער פֿלעגט צונויפֿשטעלן באַריכטן וועגן דעם „פּראָגרעס‟ פֿון די קינדער אין מאַטעמאַטיק און ענגלישער גראַמאַטיק; למעשׂה, האָבן זיי געלערנט אינעם קלאַס הלכות־שבת אָדער משניות. קיין גרויסן רווח האָט מען מיט אַזעלכע מאַניפּולאַציעס נישט געקאָנט קריגן. אַן אַנדער פֿאַרשפּרייטע עצה באַשטייט אין דעם, וואָס די סקווערער משפּחות האַלטן זיך, לויט די אָפֿיציעלע דאָקומענטן, דווקא גענוג אָרעם, כּדי צו האָבן דאָס רעכט צו קריגן געלט פֿון דער רעגירונג. הײַנט האָט דער מחבר פֿון די זכרונות פֿײַנט אַזעלכע עקאָנאָמישע חכמות. פֿאָרט, גיט ער צו, אַז ס׳איז טאַקע שווער אויסצוהאַלטן אַ גרויסע משפּחה מיט אַ סך קינדער. אַפֿילו מיט צווייפֿלהאַפֿטיקע קונצן, בלײַבט דאָס חסידישע לעבן נישט גרינג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.