נתניהוס קלאָרער נצחון

Clear Victory for Netanyahu

דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו, נאָכן וואַלן־נצחון פֿון „ליכּוד‟, דעם 18טן מאַרץ, בײַם כּותל־המערבֿי
Getty Images
דער ישׂראלדיקער פּרעמיער בנימין נתניהו, נאָכן וואַלן־נצחון פֿון „ליכּוד‟, דעם 18טן מאַרץ, בײַם כּותל־המערבֿי

פֿון בען סיילז (ייִט״אַ)

Published March 18, 2015, issue of April 03, 2015.

במשך פֿון עטלעכע וואָכן פֿאַר די וואַלן, האָבן די אויספֿרעגן פֿון דער ישׂראלדיקער באַפֿעלקערונג כּסדר אָנגעוויזן, אַז די „ציוניסטישע מחנה‟, בראָש מיט יצחק הערצאָג, איז מער פּאָפּולער, ווי בנימין נתניהוס „ליכּוד‟. למעשׂה, האָט זיך אָבער באַקומען, אַז נתניהו האָט צום סוף טאַקע געוווּנען.

לויט דעם סך־הכּלדיקן חשבון פֿון 99 פּראָצענט שטימען, האָט „ליכּוד‟ געוווּנען 30 ערטער — פּונקט אַ פֿערטל — אין דער כּנסת. הערצאָגס „ציוניסטישע מחנה‟ האָט געוווּנען 14 ערטער. ווען די וואַלן האָבן זיך אָנגעהויבן, האָט די ישׂראלדיקע טעלעוויזיע איבערגעגעבן, אַז די צוויי קאָנקורענטן בלײַבן מער אָדער ווייניקער אויפֿן זעלבן אָרט. שפּעטער, האָט נתניהו אָבער איבערגעראַשט דאָס לאַנד מיט זײַן פּלוצעמדיקן נצחון.

נתניהו קלײַבט איצט צו שאַפֿן אַ „נאַטירלעכע‟ קאָאַליציע מיט די אַנדערע רעכטע און רעליזיעזע פּאַרטייען, ווי אויך מיט דער צענטריסטיש־רעכטער פּאַרטיי „כּולנו‟. בסך־הכּל, וועט זײַן בלאָק פֿאַרנעמען 57 ערטער אינעם פּאַרלאַמענט.

הערצאָגס לינק־צענטריסטישער בלאָק וועט פֿאַרנעמען 47 ערטער. אויפֿן דריטן אָרט געפֿינט זיך „די פֿאַראייניקטע ייִדיש־אַראַבישע ליסטע‟, וועלכער האָט געוווּנען 14 ערטער.

אַ סך וויילער האָבן באַטאָנט, אַז זייער הויפּט־פֿאָקוס איז געווען די הויכע פּרײַזן פֿון די דירות און אַנדערע סאָציאַלע און עקאָנאָמישע פּראָבלעמען. פֿאַר די וואַלן, האָבן די צוויי קאָנקורענטן געפֿירט אַ ביטערן און טיף נעגאַטיוון קאַמף, באַטראַכטנדיק איינער דעם צווייטן ווי אינגאַנצן היפּוכדיקע כּוחות. די „פֿאַראייניקטער ליסטע‟ באַשטייט פֿונעם לינקן „חד״ש‟ און אַ צאָל קליינע אַראַבישע פּאַרטייען.

מיטוואָך האָט הערצאָג אָנערקענט זײַן מפּלה אין אַ טעלעפֿאָן־שמועס מיט נתניהו און אויפֿן „פֿייסבוק‟, אָבער באַמערקט, אַז זײַן פּאַרטיי, צוזאַמען מיט אירע שותּפֿים, וועט ווײַטער פֿירן אין דער רעגירונג דעם קאַמף פֿאַר אירע ווערטן.