אַמעריקע וועט אפֿשר שטיצן פּאַלעסטינער מדינה

US May Back Palestine Statehood Push

פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ
Getty Images
פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ

פֿון ברק רוויד („הארץ‟)

Published March 20, 2015, issue of April 17, 2015.

די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע וועט אפֿשר אויסדריקן שטיצע פֿאַר דער רעזאָלוציע פֿונעם זיכערהייט־ראַט בײַ דער „יו־ען‟, וואָס וואָלט באַשטימט די לייזונג פֿון צוויי מדינות אויפֿן סמך פֿון די ישׂראלדיקע גרענעצן פֿאַר 1967, האָט אַ הויך־ראַנגיקער באַאַמטער פֿונעם „ווײַסן הויז‟ איבערגעגעבן דער „ניו־יאָרק טײַמס‟.

ביז איצט האָט די פֿאַראייניקטע שטאַטן זיך אָפּגעזאָגט צו שטיצן די רעזאָלוציע, וואָס רופֿט ישׂראל און די פּאַלעסטינער צו באַשטימען דורך פֿאַרהאַנדלונגען אַן אויסטויש פֿון שטחים. ישׂראל איז שטאַרק קעגן דער רעזאָלוציע.

„אונדזער צוגאַנג איז ביז איצט געווען צו שטיצן דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען צווישן די ישׂראלים און די פּאַלעסטינער,‟ האָט דער באַאַמטער געזאָגט דער „טײַמס‟. „מיר געפֿינען זיך אָבער איצט אין אַ נײַער רעאַליטעט, אין וועלכער די ישׂראל־רעגירונג שטיצט מער נישט דירעקטע פֿאַרהאַנדלונגען. דאָס האָט באַוויזן, אַז דער באַשלוס ווי אַזוי און ווען ממשיך צו זײַן וואָלט מען בלויז געקאָנט אַרומרעדן נאָך די וואַלן.‟

צוליב די רעזולטאַטן פֿון די ישׂראלדיקע וואַלן, און צוליב די אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיטן ישׂראלדיקן פּרעמיער בנימין נתניהו, פּלאַנירט איצט דער אַמעריקאַנער פּרעזידענט באַראַק אָבאַמאַ איבערצוגעבן דעם מלוכה־סעקרעטאַר דזשאַן קערי דאָס אַחריות פֿאַרן פֿאַרהאַנדלען מיט ירושלים.

„דער פּרעזידענט איז אַ פּראַגמאַטיקער, און אויב ער וואָלט געהאַלטן, אַז ער קאָן שפּילן אַ ניצלעכע ראָלע דאָ, וואָלט ער זיכער געווען אַקטיוו אין דעם ענין,‟ האָט דער באַאַמטער באַמערקט. „אין דעם פֿאַל וואָלט עס בײַ אים אָבער געווען געפּטרטע צײַט.‟

מיטוואָך האָט דער פּרעסע־סעקרעטאַר פֿונעם „ווײַסן הויז‟, דזשאָש ערנעסט, שאַרף קריטיקירט נתניהוס אויפֿפֿיר במשך פֿון די לעצטע טעג פֿון דער וואַלן־קאַמפּאַניע: „די אָבאַמאַ־אַדמיניסטראַציע איז שטאַרק באַזאָרגט וועגן דער העצלעכער רעטאָריק אין ישׂראל, וואָס איר ציל איז געווען צו מאַרגינאַליזירן די ישׂראלדיקע אַראַבישע בירגער,‟ האָט ערנעסט געזאָגט, פֿאַררופֿנדיק זיך אויף נתניהוס דערקלערונגען דורך סאָציאַלער מעדיאַ, אין וועלכע ער האָט גערופֿן זײַנע שטיצער צו גיין שטימען און געוואָרנט, אַז „די הערשאַפֿט פֿונעם רעכטן פֿליגל איז באַדראָט‟, ווײַל „סטאַדעס אַראַבער זענען שוין געגאַנגען שטימען‟.

„אַזאַ רעטאָריק גראָבט אונטער די דעמאָקראַטישע אידעאַלן, וואָס זענען אַ וויכטיקער טייל פֿונעם שותּפֿות צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל,‟ האָט ערנעסט געזאָגט.

„אויפֿן סמך פֿון פּרעמיער נתניהוס קאָמענטאַרן, וועט די פֿאַראייניקטע שטאַטן איבערקלערן אונדזער פּאָזיציע,‟ האָט ער געזאָגט.