אַ גרופּע אַרכעאָלאָגן און היסטאָריקער האָט אַנטדעקט אין די אַרגענטינער וועלדער, נישט ווײַט פֿון דער פּאַראַגווײַער גרענעץ, אַ מקום־מיקלט, וואָס די נאַציס, ווי עס זעט אויס, האָבן צוגעגרייט אָנהייב די 1940ער יאָרן, כּדי זיך אויסצובאַהאַלטן אין די דרום־אַמעריקאַנער דזשונגלען, אויב דײַטשלאַנד פֿאַרשפּילט די צווייטע וועלט־מלחמה. למעשׂה, איז אָבער די צוגעגרייטע פּליטים־באַזע געבליבן ליידיק.
דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿון שטאָטישער אַרכעאָלאָגיע‟ בײַם בוענאָס־אײַרעסער אוניווערסיטעט, דאַניעל שאַוועלזאָן, פֿירט אָן מיט דער פֿאָרשער־גרופּע, וואָס פֿאַרנעמט זיך איצט מיט די אויסגראָבונגען אינעם נאַציאָנאַלן פּאַרק טעיו־קוואַרע, וואָס געפֿינט זיך אין דער צפֿון־מיזרחדיקער אַרגענטינער פּראָווינץ מיסיאָנעס. די פֿאָרשונגען האָבן זיך אָנגעהויבן, ווען שאַוועלזאָן האָט אַנטדעקט אינעם דאָזיקן ראַיאָן דײַטשישע מטבעות פֿון די יאָרן 1938—1941, און דאָס פּאָרצעלײַענע געפֿעס, פּראָדוצירט אויף דער דײַטשישער פֿאַבריק „מײַסען‟ צווישן 1890 און 1949.
אין אַ שמועס מיט דער אַרגענטינער צײַטונג „קלאַרין‟, האָט דער אַרכעאָלאָג דערציילט, אַז אינעם דאָזיקן ראַיאָן האָט זײַן גרופּע אַנטדעקט אַן אוניקאַלן בנין — אַ זעלטענע געהיימנישפֿולע קאָנסטרוקציע. דער גענויער צוועק פֿונעם דאָזיקן בנין בלײַבט אומקלאָר, אָבער מע איז זיך משער, אַז די הויכראַנגיקע נאַצי־אָפֿיצירן האָבן עס געשאַפֿן ווי אַ מעגלעכן מקום־מיקלט פֿאַר זיך. אַזוי צי אַזוי, זעט ער אויס גאַנץ אַנדערש, ווי די אָרטיקע געבײַדעס און איז פֿול מיט אויסלענדישע אָביעקטן, וואָס שטאַמען פֿון נאַצי־דײַטשלאַנד.
שאַוועלזאָן האָט באַמערקט, אַז די ווענט פֿונעם בנין זענען געווען גאָר דיק — בערך צען פֿוס. דערצו, איז עס געשטאַנען אין אַן אומצוטריטלעך פֿאַרוואָרפֿן אָרט, אינמיטן די דזשונגלען. געוויסע פֿאָרשער האָבן פֿאָרגעלייגט אַ טעאָריע, לויט וועלכער אינעם דאָזיקן בנין האָט זיך אויסבאַהאַלטן מאַרטין באָרמאַן, היטלערס פּריוואַטער סעקרעטאַר. לויט אַלע סימנים, האָבן קיין נאַציס נישט געוווינט אין דער געבײַדע. ס׳זעט אויס, אַז די קליינע צאָל חפֿצים, וואָס די אַרכעאָלאָגן האָבן דאָרטן געפֿונען, זענען איבערגעלאָזט געוואָרן במשך פֿונעם קורצן פּעריאָד, ווען די בויער האָבן אויפֿגעשטעלט דעם אומגעוויינטלעכן בנין.
ווען די נאַציס זענען געקומען קיין אַרגענטינע, האָט דער פּרעזידענט כואַן פּעראָן זיי גאַנץ אָפֿן מקבל־פּנים געווען. די דײַטשישע אָפֿיצירן האָבן נישט געדאַרפֿט זיך אויסבאַהאַלטן, ווען זיי האָבן געוווינט אינעם לאַנד במשך פֿון אַ געוויסער צײַט. עס זעט אָבער אויס, אַז אַ טייל פֿון זיי האָט יאָ געשאַפֿן אַ געהיימען מקום־מיקלט, וואָס געפֿינט זיך צווישן אַרגענטינע און פּאַראַגווײַ. אַ גרויסן פּראָצענט פֿון די תּושבֿים אין דער פּראָווינץ מיסיאָנעס באַטרעפֿן די אייראָפּעיִשע אימיגראַנטן. אינעם יאָר 1940 האָבן אינעם דאָזיקן ראַיאָן געוווינט בערך 190 טויזנט מענטשן; 80 טויזנט פֿון זיי זענען געקומען פֿון אויסלאַנד, אַרײַנגערעכנט 14 טויזנט דײַטשן.
סערכיאָ ווידער, דער דירעקטאָר פֿונעם לאַטײַן־אַמעריקאַנער אָפּטייל פֿונעם „צענטער אויפֿן נאָמען פֿון שמעון וויזענטאַל‟, האָט באַטאָנט אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז די נײַע אַנטדעקונג קאָן וואַרפֿן אַ שײַן אויף די פֿאַרבינדונגען צווישן נאַצי־דײַטשלאַנד און אַרגענטינע בעת דער צווייטער וועלט־מלחמה. ווי שאַוועלזאָן האָט באַמערקט, האָבן זי נאַציס זיך נישט גענייטיקט אין קיין געהיימע פּלעצער אין אַ לאַנד, וווּ מע האָט אַרײַנגעלאָזט פֿראַנק און פֿרײַ. עס קאָן זײַן, אַז די ווײַטערדיקע פֿאָרשונגען פֿונעם מיסטעריעזן בנין וועלן העלפֿן צו פֿאַרשטיין בעסער די אַלגעמיינע סיטואַציע מיט די אויסבאַהאַלטענע נאַציס אין אַרגענטינע און דרום־אַמעריקע בכלל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.