אָנהייב פֿעברואַר, האָט דער „פּענטאַגאָן‟ אַנטפּלעקט אַ באַריכט אויף 386 זײַטן, וווּ עס ווערט צום ערשטן מאָל גאַנץ פּרטימדיק דערקלערט די ענגע מיליטערישע קאָאָפּעראַציע צווישן די פֿאַראייניקטע שטאַטן און ישׂראל, וועלכע איז געהיים אָנגעגאַנגען במשך פֿון אַ סך יאָר. דער געהיימער באַריכט איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אינעם יאָר 1987. גאַנץ חידושדיק, גייט אינעם דאָקומענט אויך אַ רייד וועגן דער ישׂראלדיקער נוקלעאַרער פּראָגראַם.
די באַציִונגען צווישן וואַשינגטאָן און ירושלים זענען לעצטנס קאַליע געוואָרן, דערפֿאַר קאָן די פּובליקאַציע פֿון אַזאַ באַריכט אינעם איצטיקן מאָמענט אַרויסרופֿן אַ גאַנצע מהומה. די ישׂראלדיקע רעגירונג האָט זיך קיינמאָל נישט מודה געווען אויף אַן אָפֿיציעלן אופֿן, אַז זי פֿאַרמאָגט אַ נוקלעאַרן אַרסענאַל. די אַמעריקאַנער קאָאָפּעראַציע אינעם דאָזיקן ענין איז אויך געבליבן ביז איצט אַ גרויסער סוד.
דער דאָקומענט הייסט, „קריטישע טעכנאָלאָגישע אָפּשאַצונג אין ישׂראל און ׳נאַטאָ׳־לענדער‟. צווישן אַנדערע חידושים, ווערט דאָרטן דערמאָנט, אַז אין די 1970ער און 1980ער יאָרן זענען די ישׂראלדיקע וויסנשאַפֿטלער צוגעקומען גאַנץ נאָענט צום שאַפֿן די וואַסערשטאָף־באָמבעס, וועלכע זענען טויזנט מאָל שטאַרקער, ווי דאָס געוויינטלעכע אַטאָם־וואָפֿן. די מחברים פֿונעם באַריכט גיבן צו, אַז אין ישׂראל זענען פֿאַראַן פּונקט אַזעלכע לאַבאָראַטאָריעס, ווי די מיליטערישע נוקלעאַרע פֿאָרש־צענטערס אין לאַס-אַלאַמאָס, לאָרענס ליווערמאָר און אָק־רידזש, וווּ מע האָט געשאַפֿן דעם אַמעריקאַנער אַטאָמישן אַרסענאַל.
הגם די עקזיסטענץ פֿון דער ישׂראלדיקער נוקלעאַרער וואָפֿן־פּראָגראַם איז נישט קיין חידוש, האָט מען ביז הײַנט אין קיין אָפֿענע אָפֿיציעלע דאָקומענטן נישט דערמאָנט דאָס טערמאָנוקלעאַרע געווער. די ערשטע אַמעריקאַנער וואַסערשטאָף־באָמבע האָט מען אויסגעפּרוּווט אינעם יאָר 1952. לויטן נײַ־אַנטפּלעקטן באַריכט, האָבן די ישׂראלדיקע לאַבאָראַטאָריעס מיט 30 יאָר צוריק פֿאַרמאָגט די זעלבע נוקלעאַרע טעכנאָלאָגיעס, וואָס אַמעריקע האָט געהאַט מיט עטלעכע יאָר נאָכן דערמאָנטן עקספּערימענט־אויפֿרײַס. הגם אינעם דאָקומענט שטייט גאָרנישט געשריבן, צי מען האָט אין ישׂראל טאַקע געשאַפֿן אַן אַטאָמישע צי אַ טערמאָנוקלעאַרע באָמבע, איז דער אויספֿיר גאַנץ קלאָר, אַז אַזוינס איז געווען מעגלעך נאָך אין די 1980ער יאָרן.
דער באַריכט איז פֿאַרעפֿנטלעכט געוואָרן דורכן „אינסטיטוט פֿאַר שוץ־אַנאַליז‟ — אַ פֿעדעראַל־געשטיצטע נישט־קאָמערציעלע אַגענטור, קאָנטראָלירט דורכן „פּענטאַגאָן‟. הגם אַ ממשותדיקער טייל פֿון דער אינפֿאָרמאַציע וועגן ישׂראל האָט מען איצט אַנטפּלעקט, בלײַבן די פּרטים פֿון ענלעכע באַריכטן וועגן די „נאַטאָ‟-לענדער נאָך אַלץ אַ סוד.
ווען מע לייענט איבער דעם דאָקומענט, וואַרפֿט זיך אין די אויגן אַ בפֿירושע סתּירה. די מחברים דערקלערן, אַז די ישׂראלדיקע מיליטערישע טעכנאָלאָגיעס זענען בעצם געמאַכט נאָכן אַמעריקאַנער מוסטער. אויב אַזוי, פֿאַרוואָס ווערט ישׂראל באַטראַכט אינעם באַריכט ווי אַ גלײַכער שותּף פֿון מיליטערישער קאָאָפּעראַציע? עטלעכע מאָל ווערט אָבער אינעם דאָקומענטן צוגעגעבן, אַז די ישׂראלים האָבן אין געוויסע געביטן צוגעטראַכט „גלענצנדיקע‟ לייזונגען פֿון געוויסע פּראָבלעמען פֿאַר די אַמעריקאַנער, און געשאַפֿן בעסערע מיליטערישע סיסטעמען.
מיט דרײַ יאָר צוריק, האָט דער אַמעריקאַנער זשורנאַליסט גראַנט סמיט זיך אָנגעקלאָגט אין געריכט מיט אַ פֿאָדערונג צו פֿאַרעפֿנטלעכן דעם דאָזיקן באַריכט, טענהנדיק, אַז לויט די אַמעריקאַנער געזעצן איז שוין געקומען די צײַט צו אַנטפּלעקן די סודות. פּערזענלעך, האָט מיך אָבער איבערראַשט נאָך אַן אַנדער חידוש. נישט געקוקט אויף דעם סענסאַנציאָנעלן כאַראַקטער פֿונעם געוועזענעם געהיימען דאָקומענט, האָט ער נישט אַרויסגערופֿן קיין ממשותדיקן אַזשיאָטאַזש אין דער פּרעסע — נישט אין אַמעריקע, נישט אין ישׂראל, אַחוץ אַ צאָל אַנטי־ישׂראלדיקע וועבזײַטן און אָרגאַניזאַציעס, הגם אין דער הײַנטיקער פּאָליטישער אַטמאָספֿער קאָנען אַזעלכע אַנטפּלעקונגען געבן אַן ערנסטן קלאַפּ אויף דער ישׂראלדיקער קריטיק פֿון איראַן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.