ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

אַ גרופּע מאַמעס און באָבעס פֿון „די פֿאַרשוווּנדענע‟, בעת דער מאַניפֿעסטאַציע, דעם 24סטן מאַרץ, אינעם „פּלאַזאַ דע מאַיאָ‟, בוענאָס־אײַערס
Getty Images
אַ גרופּע מאַמעס און באָבעס פֿון „די פֿאַרשוווּנדענע‟, בעת דער מאַניפֿעסטאַציע, דעם 24סטן מאַרץ, אינעם „פּלאַזאַ דע מאַיאָ‟, בוענאָס־אײַערס

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published March 26, 2015, issue of April 17, 2015.

אַ טרויעריקע דאַטע פֿון „פֿאַרשוווּנדענע”

מיט 39 יאָר צוריק, דעם 24סטן מאַרץ 1976, האָבן די אַרגענטינער מיליטער־לײַט אַרויסגעטריבן פֿון דער מאַכט דעם פּעראָניסטישן רעזשים און אָנגעהויבן דעם פּראָצעס פֿון „נאַציאָנאַלן איבערבוי‟, די ברוטאַלסטע דיקטאַטור, װאָס האָט אָפּגעקאָסט אַ 30,000 לעבנס פֿון די אַזוי גערופֿענע „פֿאַרשװוּנדענע‟. מען װייסט נישט ביזן הײַנטיקן טאָג, װוּ געפֿינען זיך די קבֿרים פֿון דער מערהײט פֿון זיי. מען מיינט, אַז זיי זײַנען געפּײַניקט און דערשאָסן געװאָרן אָדער אַרײַנגעװאָרפֿן אין ים אַרײַן פֿון אַעראָפּלאַנען.

דינסטיק האָט די איצטיקע רעגירונג דערמאָנט די קרבנות פֿון די יאָרן 1983/1976 מיט אַן אַקט אויף דעם מײַ־פּלאַץ בײַם פּרעזידענטן־הויז. דער „לינקער‟ סעקטאָר האָט אָנגעהויבן אַ מאַרש בײַם קאָנגרעס און איז געגאַנגען ביזן צענטראַלן אַקט. די מאַמעס און באָבעס פֿון פֿאַרשװוּנדענע האָבן זיך אויך באַטייליקט, אָבער זיי זײַנען געגאַנגען אין צװיי באַזונדערע גרופּעס איבער אידעאָלאָגישער צעשפּאַלטונג. די בוענאָס-אײַרעסער קהילה האָט אויך דערמאָנט מיט אַ הזככּרה די בערך 3,000 ייִדן, װאָס געפֿינען זיך צװישן די „פֿאַרשװוּנדענע‟. עדות האָבן געזאָגט, אַז די ייִדן פֿלעגט מען מער פּײַניקן, װײַל זיי זײַנען געװען ייִדן, און װײַל דער אַנטיסעמיטיזם איז אײַנגעבאַקן אין דער אַרמיי.


צוויי געוועזענע אַרגענטינער ייִדן אין דער נײַער כּנסת

צום ערשטן מאָל אין דער געשיכטע פֿון מדינת־ישׂראל זײַנען צוויי אַרגענטינער געבוירענע אויסגעװײלט געװאָרן צו פֿאַרנעמען אַ בענקל אין דער נײַער כּנסת. מאַנועל טראַכטענבערג איז אַן עקאָנאָמיסט, װאָס איז געבוירן געװאָרן אין דער פּראָװינץ קאָרדאָבאַ, און אַן אַקאַדעמיקער אין דעם תּל־אָבֿיבֿער אוניװערסיטעט. ער האָט געזאָלט װערן דער ישׂראלדיקער פֿינאַנץ־מיניסטער אויב זײַן פּאַרטיי, דער ציוניסטישער לאַגער, װאָלט געװוּנען די װאַלן.

חיים יעלין, 7 יאָר פּרעזידענט אין דעם מוניציפּאַלן ראַט פֿון אשכּול, װאָס האָט אַזוי פֿיל געליטן פֿון די באָמבאַרדירונגען פֿון עזה, געהערט צו אַ משפּחה, װאָס האָט עמיגרירט קיין אַרגענטינע מיט דער הילף פֿון באַראָן הירש, עולה געװען און געװאָרן אַ קיבוצניק. ער איז אויסגעװײלט געװאָרן אין דער רשימה פֿון יאיר לפּיד, און האָט צוגעזאָגט צו זאָרגן, פֿון דער כּנסת, פֿאַר דער זיכערהייט פֿון די דרומדיקע ייִשובֿים.


אַ שׂרפֿה האָט פֿאַרניכטעט וויכטיקע דאָקומענטן

דער מיניסטער אַלבערטאָ פֿערנאַנדעז האָט אָנערקענט, אַז אַ שׂריפֿה אין אַ קעלער פֿונעם פּרעזידענטן־הויז האָט פֿאַרניכטעט די אַרכיװן, װאָס פֿאַרצייכענען, װער זײַנען די אַרײַנגייער אין די ביוראָען. דאָס איז באַקאַנט געװאָרן נאָך דעם װי אַ זשורנאַליסט האָט פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל, װוּ ער האָט געשריבן, אַז אַזוי האָט מען אָפּגעמעקט, אַז צװיי פּערזאָנען, פֿאַרבונדן מיט דער איראַנישער אַמבאַסאַדע, האָבן גערעדט טעלעפֿאָניש נאָך אַ זיצונג, װאָס זיי האָבן געהאַט מיט אַ מיניסטער אין שײַכות מיטן אָפּמאַך, װאָס דער פּראָקוראָר ניסמאַן האָט אָנגעקלאָגט. דער מיניסטער האָט אָבער געלייקנט, אַז דאָס איז פֿאַרבונדן מיט דעם פֿאַל, און אַז עס איז בלויז געװען אַ צופֿאַל.


די פּרעסע־קאָנפֿערענץ מיטן ישׂראלדיקער אַגריקולטור־מיניסטער

נאָך דער הזכּרה װאָס איז אַײַנגעאָרדנט געװאָרן פֿונעם ייִשובֿ אויף צו דערמאָנען דעם אַטענטאַט אויף דער ישׂראל־אמבאַסאַדע, האָט דער ישׂראלדיקער אַגריקולטור־מיניסטער יאיר שמיר פֿאַררופֿן אַ פּרעסע־קאָנפֿערענץ. ער האָט באַדויערט, װאָס דער עולם האָט אויסגעפֿײַפֿט די צוויי אַרגענטינער מיניסטאָרן, װאָס זײַנען בײַגעװען בײַ דעם אַקט. ער האָט דערקלערט, אַז זײַן לאַנד װעט קיין מאָל נישט פֿירן קיין אונטערהאַנדלונגען מיט אַ טעראָריסטישער מדינה; אַז ישׂראל איז גרייט אַלץ צו טאָן, כּדי אויסצופֿאָרשן ביידע אַטענטאַטן. ער האָט אויך דערהויבן די פּראָפֿעסיאָנאַלקייט און אויפֿריכטיקייט פֿונעם פּראָקוראָר ניסמאַנס טעטיקייט. ער האָט צוגעגעבן, אַז ער אָפֿט, אַז די קומענדיקע אַרגענטינער רעגירונג װעט װײַטער ניט אונטערהאַנדלען מיט די איראַנער. אויף דער פֿראַגע פֿון אַ זשורנאַליסט, צי װעט ישׂראל דערמעגלעכן, אַז דער געװעזענער אַמבאַסאַדאָר יצחק אבֿירן זאָל זיך צושטעלן צום אַרגענטינער געריכט איבער זײַנע דערקלערונגען, אַז ישׂראל האָט זיך שוין נוקם געװען אין די, װעלכע האָבן דורכגעפֿירט דעם אַטענטאַט אויף דער אַמבאַסאַדע, — האָט דער ישׂראל־מיניסטער געענטפֿערט, אַז אַלע לעגאַלע שריט װעלן אָנגענומען װערן מצד ישׂראַל.

ער האָט פֿאַרענדיקט זײַנע װערטער צוגעבנדיק, אַז די באַציִונגען צװישן ביידע מדינות זײַנען גוטע און קענען נאָך פֿאַרבעסערט װערן.


אַ דיאַלאָג קאָן לייזן פּראָבלעמען צווישן פֿרײַנד

מאָדי אפֿרים, דירעקטאָר פֿון דעפּאַרטאַמענט פֿאַר לאַטײַן־אַמעריקע פֿון ישׂראלדיקן אויסערן־מיניסטעריום, האָט באַגלייט דעם אַגריקולטור־מיניסטער בעת זײַן באַזוך אין אַרגענטינע. ער האָט זיך געטראָפֿן מיט ייִדישע כּלל־טוער און מיט זשורנאַליסטן פֿון ייִדישע פּובליקאַציעס. ער האָט כּמעט איבערגעחזרט שמירס װערטער און צוגעגעבן, אַז אויב עס זײַנען דאָ חילוקי־דעות צװישן פֿרײַנד (געמיינט האָט ער אַרגענטינע און ישׂראל), מוז מען פֿירן אַ דיאַלאָג און געפֿינען אַ לייזונג.

*** 

נײַע פֿאַקטן אַרום פּראָקוראָר ניסמאַמס מאָרד

נאָך דעם װי דער ריכטער ראַפֿעקאַס האָט אָפּגעװאָרפֿן די אָנקלאַגע װאָס ניסמאַנס פֿאַרטרעטער האָט צוגעשטעלט און מען װאַרט אויף דער רעזאָלוציע פֿון דעם פֿעדעראַלן קאַמער, האָבן זיך באַװיזן נאָך 40.000 רעקאָרדירונגען. פֿאָרשער האַלטן, אַז זיי באַרעכטיקן ניסמאַנס טעזע. דער זשורנאַל „װעיִאַ (בליק)‟, איינער פֿון די װיכטיקסטע אין בראַזיל, האָט פּובליקירט דערקלערונגען פֿון אַ װענעזועלער מיליטער־מאַן, װאָס האָט חרטה געהאַט און איז אַנטלאָפֿן פֿון קאַראַקאַס. ער האָט געזאָגט, אַז ער איז געװען אַן עדות, װען אין 2007 האָט דער פּרעזידענט טשאַװעס געשמועסט מיטן איראַנער אַכמאַדינעדזשאַד. אין דעם דיאַלאָג האָט דער איראַנער געבעטן, אַז װענעזועלע זאָל אינטערװענירן און אַרויסהעלפֿן זײַן לאַנד מיט נוקלעאַרער הילף. ס’איז ניט קיין פֿראַגע פֿון געלט, האָט ער געזאָגט. ער האָט אויך געבעטן, אַז אַרגענטינע זאָל אָפּשאַפֿן די פֿאָדערונגען, אַז „אינטערפּאָל‟ זאָל פֿאַרכאַפּן די באַשולדיקטע איראַנער בירגער. טשאַװעס האָט דאַן צוגעזאָגט, אַז ער װעט פּערזענלעך אינטערװענירן און פּועלן ביידע זאַכן פֿון אַרגענטינע.

דער געװעזענער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער, דאַנטע קאַפּוטאָ, האָט דערקלערט, אַז איצט פֿאַרשטייט מען פֿון וואַנען נעמען זיך די 8 מיליאַרד דאָלאַר, װאָס אַרגענטינע האָט באַקומען פֿון װענעזועלע. ער האַלט, אַז דאָס זײַנען איראַנער געלטער, און אַז עמעצער דאַרף דאָס אויספֿאָרשן, װײַל דאָס איז געקניפּט און געבונדן מיט ניסמאַנס אָנקלאַגע, װאָס די אַרגענטינער רעגירונג װיל אַזוי שטאַרק פֿאַרשװאַכן, לייקענען און אָפּװאַרפֿן.


אינטערנאַציאָנאַלער טאָג פֿון „טאָן גוטס‟

דעם לעצטן זונטיק, האָט זיך די בוענאָס־אײַרעסער קהילה באַטייליקט, צום צװייטן מאָל, אינעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון „טאָן גוטס‟. אין 50 לענדער אָרדנט מען אײַן אַקטיװיטעטן װאָס צילן צו דערהייבן די סאָלידאַריטעט, און העלפֿן די נויט־באַדערפֿטיקע. דעם טאָג האָט מען אָנגעהויבן דורכצופֿירן אין ישׂראל מיט 8 יאָר צוריק. פֿאַר אַ יאָרן האָט מען אָנגעזאַמלט אויף דער װעלט אַ 2 מיליאָן שעה װאָלונטאַרע אַרבעט.


אין אָנדענק פֿון אַלבערט אײַנשטיינס באַזוך

דעם 24סטן מאַרץ 1925 האָט אַלבערט אײַנשטיין באַזוכט אַרגענטינע. דער ספּאָרטקלוב „העבראַיִקאַ‟ האָט אים פֿאַרבעטן און אים באַגריסט מיט דער נאָבל־פּרעמיע, װאָס ער האָט באַקומען אין 1921. זײַן באַזוך איז פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין אַ קולטור־ און אַ װיסנשאַפֿטלעכער מאַניפֿעסטאַציע פֿאַרן ייִשובֿ. בעת דעם חודש פֿון זײַן באַזוך, האָט ער געהאַלטן לעקציעס אין דעם בוענאָס־אײַרעסער אוניװערסיטעט, אין װיסנשאַפֿטלעכע צענטערס און אין דער „העבראַיקאַ‟. אָפּצומערקן די געשעעניש װאָס האָט פֿאַרשאַפֿט פּרעסטיזש און אָנערקענונג דעם ייִשובֿ, האָט מען אָרגאַניזירט אַ קאָנפֿערענץ, אַן אויסשטעלונג פֿון בילדער, װאָס שטעלן פֿאָר זײַן באַזוך. די פֿײַערונג װעט מען שליסן מיט אַ ספּעציעלן אָװנט, אָרגאַניזירט פֿון דער קהילה, די „העבראַיקאַ‟, און דעם ירושלימער אוניװערסיטעט.


דער דאָקומענטאַר „ליידיקע באַגאַזשן‟ אינעם חורבן־מוזיי

אינעם בוענאָס־אײַרעסער “האָלאָקאַוסט מוזיי” האָט מען געװיזן צום ערשטן מאָל דעם פֿילם “ליידיקע באַגאַזשן” פֿונעם אַמעריקאַנער רעזשיסאָר עד גאַפֿני. דער פֿילם װײַזט די עפּאָפּעע פֿון 50 טויזנט בולגאַרישע ייִדן אין גריכנלאַנד און מאַקעדאָניע בעתן חורבן. דער רעזשיסאָר האָט געשמועסט מיטן עולם און אַרומגערעדט די “סודותדיקע פּלענער צו פֿאַרניכטן דעם אייראָפּעיִשן ייִדנטום”, װאָס זײַנען געװען גוט באַקאַנט איבער דער גאָרער װעלט.


אַ לעקציע וועגן פֿראַנץ קאַפֿקאַ

אַרנאָלדאָ ליבערמאַן, דער זון פֿון איינע פֿון די ערשטע אַרגענטינער קלעזמאָרים, סאַם ליבערמאַן, װוינט אין באַרצעלאָנע. ער איז אַ באַרימטער פּסיכאָאַנאַליסט און אַ שרײַבער, װאָס האָט פּובליקירט אַ סך ביכער װעגן פֿאַרשיידענע ייִדישע פּערזענלעכקייטן. פֿראַנץ קאַפֿקאַ איז איינע פֿון אָט די פּערזענלעכקייטן. מיטװאָך, דעם 25סטן מאַרץ האָט ער געהאַלטן אַ רעפֿעראַט אין “האָלאָקאַוסט מוזיי” אויף דער טעמע, “פֿראַנץ קאַפֿקאַ, דער עלנטער נבֿיא פֿון פּראָג”. ער האָט באַהאַנדלט קאַפֿקאַס אידענטיטעט, זײַן אָנגעהעריקייט צום ייִדישן פֿאָלק, זײַן באַציִונג צו דער ייִדישער שפּראַך און צום ייִדישן טעאַטער, זײַן נבֿיאישקייט און זײַן עדות אויף אַן עניגמאַטישער און טײַװלאָנישער װעלט. ליבערמאַן האָט ניט געהאַלטן אַן אַקאַדעמיש־ליטעראַרישע לעקציע, נאָר דורך פֿאַרשיידענע װעגן, אַנעקדאָטן, זכרונות און ציטאַטן פֿון זײַנע װערק, האָט ער פֿאָרגעשטעלט אַ רירנדיק בילד פֿון איינער פֿון די װיכטיקסטע ליטעראַרישע פּערזענלעכקייטן אין 20סטן יאָרהונדערט, און זײַנע בײַטראָגן פֿאַר אונדזערע טעג.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.