די סאַודישע מיליטערישע אָפּעראַציע קעגן תּימן איז אַן אינטעגראַלער טייל פֿון אַ פֿולשטענדיקער סטראַטעגיע אָפּצושטעלן די וואַקסנדיקע איראַנישע השפּעה אינעם מיטעלן מיזרח, האָט צבֿי בר־אל, דער אַנאַליטיקער פֿון מיטל־מיזרחדיקע ענינים בײַ „האָרץ‟ געשריבן די וואָך.
„דער מיליטערישער פּלאַן איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן מיט עטלעכע וואָכן צוריק נאָך דעם, ווי דער נײַער סאַודישער קעניג סאַלמאַן איז באַשטימט געוואָרן ווי דער פֿאַרטרעטער פֿונעם טראָן, דערבײַ אַרײַנברענגענדיק אַ נײַע, מער אַגרעסיווע פּאָליטיק,‟ שרײַבט בר־אל. דער פֿריִערדיקער קעניג — זײַן האַלבער ברודער, אַבדולאַ — איז געשטאָרבן דעם פֿאַרגאַנגענעם יאַנואַר.
הגם די אַמעריקאַנער כּוחות באַטייליקן זיך נישט אין דער מיליטערישער קאַמפּאַניע, באַזאָרגט זי די קאָאַליציע מיט וויכטיקער אויסשפּיר־אינפֿאָרמאַציע און טעכנאָלאָגישער שטיצע. בעת די צוגעגרייטונגען פֿאַר די אַטאַקן במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע צוויי וואָכן, האָבן זיך באַטייליקט דער עגיפּטישער פּרעזידענט אַבדעל פֿאַטאַך אַל־סיסי; פּאַקיסטאַן, וואָס האָט נאָענטע פֿאַרבינדונגען מיטן סאַודישן רעזשים און באַקומט גרויסע געלטער פֿון סאַודיע (מיליאָנען פּאַקיסטאַנער בירגער אַרבעטן הײַנט אין סאַודיע), און די אומגעריכטע באַטייליקונג פֿון סודאַן. סאַודיע האָט לעצטנס אויך פֿאַרשטאַרקט אירע דיפּלאָמאַטישע באַציִונגען מיט איראַק — אַ לאַנד, וואָס געפֿינט זיך אונטער איראַנס השפּעה — און האָט שוין פֿאַרבעטן דעם איראַקישן פּרעמיער כאַדער אַל־אַבאַדי צו באַזוכן סאַודיע.
די גיכקייט, מיט וועלכער די אַראַבישע קאָאַליציע איז געשאַפֿן געוואָרן, איז אַ סימן, ווי באַזאָרגט איז סאַודיע און אירע אַליִיִרטע לענדער איצט, ווען תּימן איז געוואָרן אַ טייל פֿון די לענדער אונטערן קאָנטראָל פֿון איראַן, נאָך דעם ווי סיריע און איראַק (און לבֿנון) זענען שוין אויך, אין תּוך, אונטערן „שיצדאַך‟ פֿון טעהעראַן.
בר־אל שרײַבט, אַז סאַודיע איז שטאַרק אומצופֿרידן מיט דער אַמעריקאַנער פּאָליטיק, וואָס רופֿט אונטערצושרײַבן אַ נוקלעאַרן אָפּמאַך מיט איראַן — אַן אָפּמאַך, וואָס וואָלט געבראַכט איראַן אַ נײַעם סטראַטעגישן נצחון, נישט בלויז אינעם מיטעלן מיזרח, נאָר איבער דער וועלט. די סאַודיער זענען פֿרוסטרירט, וואָס וואַשינגטאָן באַצייכנט איראַן ווי אַ שותּף אין דער מלחמה קעגן ISIS, און וואָס אַמעריקע איז דערפֿאַר גלײַכגילטיק צו דער וואַקסנדיקער השפּעה פֿון איראַן אין איראַק, און וועגן דער אומבאַהאָלפֿנקייט פֿון די אַמעריקאַנער אויפֿן סירישן פֿראָנט.
די אַראַבישע אָפֿענסיווע קעגן תּימן ברענגט אָבער איר אייגענע סכּנה, דערקלערט בר־אל. אויב איראַן וועט באַשליסן אַרײַנצושיקן כּוחות אין תּימן, און פּראָוואָצירן בלוטיקע אומרוען אין באַכריין און סאַודיע, וועט די אַראַבישע קאָאַליציע מוזן קעמפֿן אויף עטלעכע פֿראָנטן מיט אַ מאָל. דער תּימנער פֿראָנט אַליין איז זייער קאָמפּליצירט, און אַפֿילו ריזיקע לופֿט־אַטאַקן קאָנען נישט גאַראַנטירן, אַז די כוטיס וועלן אַנטלויפֿן פֿון די שטעט, וואָס זיי האָבן פֿאַרכאַפּט, אָדער צווינגען זיי צו קומען צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש.
דערצו געניסן די כוטיס פֿון דער שטיצע פֿונעם געוועזענעם תּימנער פּרעזידענט אַלי אַבדולאַ סאַלעך און זײַנע שבֿט־לײַט; ס׳רובֿ ציווילע לײַט פֿאַרמאָגן כּלערליי מינים געווער, און יעדער שבֿט האָט זײַן אייגענע אַרמיי.
די מלחמה קעגן די כוטיס איז אָבער נישט בלויז אַן ענין פֿון געווינען אַ מיליטערישן נצחון. פֿונעם דיפּלאָמאַטישן קוקווינקל, האָט סאַודיע שוין אָפּגעלעקט אַ ביינדל: זי האָט באַוויזן אַוועקצורײַסן סודאַן פֿון איר ביז־איצטיקער אַליאַנץ מיט איראַן, און דער סודאַנישער קעניג אָמאַר אַל־באַשיר (וואָס ווערט דורכן אינטערנאַציאָנאַלן געריכט באַצייכנט ווי אַ מלחמה־פֿאַרברעכער), איז וואַרעם אויפֿגענומען געוואָרן פֿונעם קעניג סאַלמאַן בעת זײַן וויזיט אין סאַודיע לעצטנס; און האָט בײַם סוף פֿונעם וויזיט טאַקע געמאָלדן, אַז זײַן לאַנד וועט זיך אָנשליסן אין דער קאָאַליציע. אַל־באַשיר האָט דעמאָלט אויך פֿאַרטריבן אַלע איראַנישע דעלעגאַציעס פֿון זײַן לאַנד, דערלאַנגענדיק סאַודיע נאָך אַ נצחון אינעם כּוח־באַלאַנס צווישן איר און איראַן. דערצו איז קאַטאַר, אַן איראַן־אַליִיִרטע, שוין אויך אַ טייל פֿון דער קאָאַליציע.
ביז איצט האָבן די כוטיס געפֿירט אַ גאַנץ געראָטענע מיליטערישע קאַמפּאַניע, אָבער זיי וועלן נאָך דאַרפֿן זיך אויך אויסלערנען ווי צו פּראָדוצירן און פֿאַרקויפֿן נאַפֿט, אויב זיי ווילן פֿינאַנציעל קאָמפּענסירן די שבֿטים, וואָס האָבן זיי צוגעהאָלפֿן. אָן אַזאַ מעגלעכקייט, וועלן די כוטיס אפֿשר אײַנזען, אַז זיי האָבן זיך אונטערגענומען צו־גרויסע אַמביציעס, און וועלן שוין במילא מוזן גיין צום פֿאַרהאַנדלונג־טיש, באַטאָנט בר־אל. כאָטש אַזאַ שריט וואָלט אויפֿגעבראַכט געמאַכט איראַן, וועט עס מסתּמא געבן די כוטיס מער פּרעסטיזש און דערלאַנגען זיי אַ מעגלעכקייט ווײַטער אָנצוהאַלטן אַ ממשותדיקן קאָנטראָל איבער דער תּימנער רעגירונג.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.