איינס פֿון די אינטערעסאַנטסטע קאַפּיטלעך ייִדיש־לשון איז דאָס, וואָס מאַקס ווײַנרײַך רופֿט מיטן טערמין „להבֿדיל־לשון”, און אַנדערע רופֿן עס, „אַתּה־בחרתּנו־לשון”. „אַתּה בחרתּנו” איז דאָך טײַטש אויף לשון־קודש, „דו האָסט אונדז אויסגעקליבן‟, און געפֿינט זיך אינעם ראָש־השנהדיקן און יום־כּיפּורדיקן דאַוונען; וואַריאַנטן דערפֿון געפֿינען זיך, אַ שטייגער, אינעם שבתדיקן קידוש („כי בֿנו בֿחרתּ”). מיט איין וואָרט, דער רבונו־של־עולם האָט אויסגעקליבן ייִדן פֿון אַלע פֿעלקער און זיי מקדש געווען; ייִדן זענען, להבֿדיל, אַנדערש פֿון אַנדערע פֿעלקער.
די השׂגה „להבֿדיל” און „הבֿדלה” איז אַן עיקרדיקע בײַ ייִדן. ייִדן זענען, להבֿדיל, נישט קיין גויים; מענטשן זענען, להבֿדיל, נישט קיין חיות; צווישן קודש און חול, שבת און וואָך, ליכט און פֿינצטערניש, ייִדן און אַנדערע פֿעלקער, מאַכט דער רבונו־של־עולם אַ חילוק, ער איז מבֿדיל.
דאָס וואָרט „גוי” איז שוין אַ מעשׂה פֿאַר זיך: אַ מאָל איז עס געווען טײַטש „פֿאָלק‟, דערפֿון — געוואָרן „נישט־ייִדיש פֿאָלק‟ און, סוף־כּל־סוף, „נישט־ייִד‟; האָבן מיר שוין אַ גאַנצע ריי דעריוואַטן: „גויע”, „גוייִש”, „גויעץ”, אין פּוילישן ייִדיש אַפֿילו „ס’גײַעס”, „גויים, פּויערים‟. אין טיילן אוקראַיִניש איז „גוייִש” טײַטש „אוקראַיִניש‟; „גוי” מיינט, „אוקראַיִנישער פּויער‟. „אַ גוי זאָגט אַ ווערטל”, הייסט, אַז מע וועט ציטירן אַ ווערטל אויף אוקראַיִניש — און אויב מע גייט אין שלום־עליכמס דרכים, וועט מען עס פֿאַרטײַטשן אויף אַ קאַטאָוועסדיקן אופֿן.
איז אַזוי ווי מיר פֿאַרשטייען שוין צו וואָס ס’איז נייטיק להבֿדיל־לשון, איז כּדאַי צו זען ווײַטער ווי אַזוי מע באַניצט עס. „גוי” האָט טאַקע אַ בײַטעם פֿון ביטול, אָבער די כּוונה איז גיכער, אַז ייִדן זענען אַנדערש, לאַוו־דווקא בעסער. פּונקט אַזוי, ווען ייִדן פֿלעגן זאָגן אויף גוייִשע קינדער „ממזרים”, איז עס געווען כּמעט נייטראַל. גויים פּראַווען חגאָות, נישט קיין יום־טובֿים; דאָס וואָלט, דאַכט זיך, ייִדן נישט געאַרט, ווען מע זאָל נישט אויסניצן די חגאָות אויף פּאָגראָמען. זעט איר, אַז מע זאָגט אויף אַ קלויסטער אָדער אַ צערקווע „תּיפֿלה”, איז עס יאָ פּעיאָראַטיוו, ווער רעדט נאָך, ווען מע רופֿט עס „טומאה”. נישט אומזיסט האָבן ייִדן געגעבן דער אוקראַיִנישער שטאָט Belaya Tserkov (אויף רוסיש), טײַטש „ווײַסע צערקווע‟, דעם נאָמען „שוואַרץ־טומאה”!
וואָס שייך ווערבן, פֿלעג מען זאָגן אויף מאַמע־לשון, אַז ייִדן עסן, בשעת גויים פֿרעסן; ייִדן טרינקען, בשעת גויים זויפֿן; ייִדן שטאַרבן, בשעת גויים פּגרן, אַזוי ווי חיות. נאָר די גויים זענען אונדז נישט געבליבן שולדיק: אין זייערע לשונות עסן גויים, בשעת ס’פֿרעסן ייִדן; ס’שטאַרבן גויים, בשעת ס’פּגרן ייִדן אד”גל.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.