די צײַטונג „ניו־יאָרק טײַמס‟ האָט איבערגעגעבן, אַז צוויי באַקאַנטע ניו־יאָרקער ייִדישע קולטור־אָרגאַניזאַציעס, דער נאַציאָנאַלער טעאַטער „פֿאָלקס־בינע‟, וואָס שפּילט אויף ייִדיש, און דער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟, האָבן דינסטיק, דעם 31סטן מאַרץ, געחתמעט אַ שותּפֿות־אָפּמאַך.
די אַדמיניסטראַציעס פֿון ביידע אָרגאַניזאַציעס האָבן דערקלערט, אַז אויב די פּאַרטנערשאַפֿט וועט געלינגען, וועלן דער טעאַטער און מוזיי קאָנען זיך אינגאַנצן פֿאַראייניקן צום יאָר 2017.
זלמן מלאָטעק, דער קונסט־דירעקטאָר פֿון „פֿאָלקסבינע‟, האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיט „טײַמס‟, אַז דער מוזיי און זײַן טעאַטער שאַצן ביידע אָפּ די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע קולטור־ירושה. האָפֿנטלעך, וועט דער נײַער אָפּמאַך דערמעגלעכן זי אָפּצוהיטן און ווײַטער צו אַנטוויקלען דורך קאָנצערטן און טעאַטראַלישע אויפֿטריטן.
דער טעאַטער „פֿאָלקסבינע‟ פּראַוועט הײַיאָר זײַן 100־יאָריקן יוביליי. דער „מוזיי פֿון ייִדישער ירושה‟ איז אַ רעלאַטיוו נײַע אינסטיטוציע, געשאַפֿן אינעם יאָר 1997 צוליב דער טעטיקייט פֿון דער שארית־הפּליטה, מיט דער הילף פֿון די ניו־יאָרקער פּאָליטיקער, אַרײַנגערעכנט דעם געוועזענעם מעיאָר עדוואַרד קאָך, גובערנאַטאָר מאַריאָ קואָמאָ און דעם מאַנהעטענער קרײַז־פּראָקוראָר, ראָבערט מאָרגענטאַו.
דער באַקאַנטער אַרכיטעקט קעווין ראָטש, אַ געבוירענער אין אירלאַנד, האָט געשאַפֿן דעם 6־שטאָקיקן בנין, וואָס סימבאָליזירט דעם נאַצי־גענאָציד פֿון זעקס מיליאָן ייִדן און געפֿינט זיך לעבן באַטערי־פּאַרק, אינעם סאַמע דרומדיקן עק פֿון מאַנהעטן, פֿונוואַנען עס עפֿנט זיך אַ שיינע פּערספּעקטיוו אויפֿן אָקעאַנישן ברעג, די „סטאַטוע פֿון פֿרײַהייט‟ און עליס־אײַלענד — דאָס היסטאָרישע אָרט, דורך וועלכן די אימיגראַנטן פֿלעגן אָנקומען קיין אַמעריקע.
אַ טייל פֿון די פֿאַרוואַלטער טענהן אָבער, אַז דער מוזיי ציט נישט צו גענוג מענטשן. 55,000 באַזוכער קומען אַהין יעדעס יאָר ווי אַ טייל פֿון שול־עקסקורסיעס, נאָך 50,000 — ווי באַטייליקטע אין ספּעציעלע פּראָגראַמען, און בערך 40,000 — צופֿעליקע פֿאַראינטערעסירטע פֿאַרבײַגייער. עס קאָן זײַן, אַז די רעלאַטיוו נידעריקע פּאָפּולאַריטעט האָט צו טאָן מיט דעם, וואָס דער מוזיי געפֿינט זיך אַ ביסל ווײַט פֿון די מעטראָ־סטאַנציעס און האָט נאָך נישט אויסגעאַרבעט אַ געראָטענע רעקלאַמע־קאַמפּאַניע. דער אויספֿיר־דירעקטאָר, דוד מאַרוועל, האָפֿט, אַז דער טעאַטער וועט צוציִען אַ גרעסערן עולם. אויב מע וועט קאָמבינירן די מוזיקאַלישע און טעאַטער־פּראָגראַמען מיט די מוזיי־אויסשטעלונגען, קאָן מען אויך פֿאַרברייטערן די בילדונג־פּראָגראַם פֿאַרן יונגן דור.
אין יוני, ווען „פֿאָלקסבינע‟, דער לעצטער פֿון די אַמאָליקע ייִדישע בראָדוויי־טעאַטערס, וועלכער נייטיקט זיך אין אַ שטענדיקן פּלאַץ, וועט פּראַוועט דעם יוביליי, וועט אינעם בנין פֿאָרקומען די ערשטע בשותּפֿותדיקע גרויסמאַסשטאַביקע פּראָגראַם — אַ 9־טאָגיקער „קולטורפֿעסט‟, אין וועלכן עס וועלן זיך באַטייליקן מוזיקער און אַקטיאָרן פֿון בערך 30 לענדער. די וואָך, דעם 31טן מאַרץ, איז אין „קאַרנעגי־האָל‟ פֿאָרגעקומען אַן אַנדער יוביליי־אונטערנעמונג — אַ כּלי־זמר־קאָנצערט מיטן באַרימטן פֿידלער יצחק פּערלמאַן.
אַ דאַנק די ענגלישע אויפֿשריפֿטן און דעם באַנוץ פֿון די סאָציאַלע נעצן אויף דער אינטערנעץ, מיט וועלכע „פֿאָלקסבינע‟ באַגלייט אירע ספּעקטאַקלען, ציט דער טעאַטער צו אויך אַ ברייטערן עולם, נישט בלויז די ייִדיש־רעדער. ביידע אָרגאַניזאַציעס האָפֿן, אַז די קאָאָפּעראַציע וועט אויך פֿאַראינטערעסירן מער טוריסטן אינעם באַזוכן דעם היסטאָרישן דרומדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, אַרײַנגערעכנט דאָס אָרט, וווּ דעם 11טן סעפּטעמבער האָבן די טעראָריסטן צעשטערט די „צווילינג־טורעמס‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.