די טויזנטער זײַטלעך פֿון „פֿאָרווערטס‟, געדרוקט זינט אַפּריל 1897, שטעלן מיט זיך פֿאָר אַ קוואַל פֿון אינפֿאָרמאַציע, וואָס איז נאָך ווי עס דאַרף צו זײַן ניט אָפּגעשאַצט געוואָרן. פֿאַרבונדן איז עס, אין אַ היפּשער מאָס, מיט דעם, וואָס ביזן הײַנטיקן טאָג איז ניטאָ קיין ביבליאָגראַפֿישער מכשיר, אינדעקס, וועלכער זאָל העלפֿן צו אַרבעטן מיט אָט דעם ריזיקן סכום טעקסטן. מיט אַנדערע ווערטער, דאָס הייסט, אַז די פֿאָרשער מוזן, נעבעך, זיצן טאָג־אײַן טאָג־אויס און דורכקוקן מיקראָפֿילמען מיט אַ האָפֿענונג, אַז זײער אויג וועט אַרויסכאַפּן עפּעס, וואָס איז נייטיק פֿאַר דער טעמע פֿון זייער אַרבעט.
די לעצטע צײַט האָב איך אַזוי „גענישטערט‟ אין די מיקראָפֿילמען מיטן ציל צו געפֿינען ווי אַזוי די צײַטונג האָט אָפּגעשפּיגלט דאָס רעליגיעזע לעבן פֿון די אַמעריקאַנער ייִדן, ווי אויך ווי אַזוי די צײַטונג האָט רעאַגירט אויף דער וואַקסנדיקער רעליגיעזקייט, וואָס איז געווען כאַראַקטעריש פֿאַר די 1940ער און 1950ער יאָרן.
אין דער אמתן (וועגן דעם איז שוין אַ היפּש ביסל אָנגעשריבן געוואָרן), איז אין יענער צײַט ניט אַזוי געוואַקסן די צאָל ייִדן, וואָס האָבן זיך אויפֿגעפֿירט ווי פֿרומע לײַט (כאָטש דאָס איז אויך געווען), ווי די צאָל ייִדן, וועלכע האָבן זיך „צוגעשריבן‟ צו אַ שיל, צו אַ קהילה. אָפֿט מאָל איז עס געווען אַ גאַנץ פֿאָרמעלע זאַך, און דאָס האָט דערפֿילט, למשל, דער ייִדישער דיכטער דוד איינהאָרן, ווען ער האָט אָנהייב 1950ער יאָרן פֿאַרלאָזט דעם איסט־סײַד אין ניו־יאָרק און זיך באַזעצט אין אַ בײַ־שטאָטישער געגנט. די רעפֿאָרמיסטישע שיל איז דאָרטן געווען תּמיד פֿאַרמאַכט, און זיצנדיק אויף אירע טרעפּ האָט דער דיכטער, אַ וועטעראַן פֿון דער סאָציאַליסטישער באַוועגונג אין רוסלאַנד, פּאַראַפֿראַזירט אַבֿרהם גאָלדפֿאַדענס „שולמית‟:
שבת, יום־טובֿ און ראָש־חודש
דאַוון איך פֿאַר זיך אַליין;
מײַן האַרץ איז דער אָרון־קודש,
און דער חזן — מײַן געוויין.
איינהאָרן איז געווען ניט דער איינציקער, וואָס האָט באַוויינט דאָס אָפּשטאַרבן פֿון די ייִדישע טראַדיציעס, וועלכע זײַנען זיי פֿאַרבליבן טײַער, ניט געקוקט אויף זייער אייגענער וועלטלעכקייט. דערפֿאַר האָבן זיי באַזונדערס פֿײַנט געהאַט די רעפֿאָרמיסטישע שילן, וועלכע האָבן דורך זייערע מיזרח־אייראָפּעיִשע אויגן אויסגעזען ווי אַ קאַריקאַטור פֿון ייִדישקייט. איסר גינזבורג, אַ לאַנג־יאָריקער מיטאַרבעטער פֿון דער צײַטונג, האָט געשריבן אין 1945, אַז ס’איז „לײַכט‟ צו זײַן אַ רעפֿאָרם־ייִד:
„צו פֿיל פֿאַרלאַנגט מען פֿון אײַך ניט. איר קענט גיין זונטיק אין טעמפּל און אויסהערן די טעמפּע דרשה פֿון דעם ראַבײַ. אָבער מחויבֿ זײַט איר ניט. די ברירה איז אין אײַערע הענט. עס איז אָבער אַן אָנגענומענער מינהג, אַז איין מאָל אין יאָר, אום יום־כּיפּור, דאַרף מען, נאָך אַ פֿײַנעם פֿרישטיק, צופֿאָרן אין אַ שיינעם אויטאָמאָביל צום טעמפּל און דאָרטן פֿאַרווײַלן ניט ווייניקער ווי אַ האַלבע און ניט מער ווי אַ גאַנצע שטונדע [שעה]. דערמיט ענדיקן זיך אַלע אײַערע פֿליכטן…‟
באָריס סמאָליאַר, אויך אַ לאַנג־יאָריקער מחבר פֿון „פֿאָרווערטס‟ (ער איז געווען אַ פֿירנדיקע פּערזענלעכקייט אין דער ייִדישער טעלעגראַפֿן־אַגענץ), האָט אין אויגוסט 1952 באַשריבן „פּסח אין אַמעריקע‟ — אַזוי האָט געהייסן זײַן אַרטיקל. לויט אים נאָך, האָבן צו יענער צײַט בערך 40 פּראָצענט ייִדן געהאַלטן אַ מיטגלידערשאַפֿט אין אַ שיל; און אַפֿילו צווישן די מיטגלידער, פֿלעגן 90 פּראָצענט גיין אין שיל נאָר אויף ראָש־השנה און יום־כּיפּור. אויף פּסח פֿלעגט מען גיין זייער זעלטן, כאָטש דאָס איז, בלי־ספֿק, געווען דער פּאָפּולערסטער ייִדישער יום־טובֿ.
סמאָליאַר האָט געטענהט, אַז די פּאָפּולערקייט פֿון פּסח אין אַמעריקע האָט געהאַט ווייניק צו טאָן מיט פֿרומקייט. אין אַ היפּשער מאָס איז עס קאָמערציאָליזירט געוואָרן דורך די געשעפֿטן, וואָס האָבן געהאַנדלט מיט דער „פּסחדיקער סחורה‟ — מצה, ווײַן וכ’. האָט מען דערפֿאַר, אַ דאַנק שרײַענדיקע רעקלאַמעס, ניט פֿאַרגעסן וועגן פּסח, בעת מע האָט, בדרך־כּלל, אין גאַנצן פֿאַרגעסן וועגן שבֿועות און סוכּות. סמאָליאַר האָט אויך אויסגעלאַכט די רעסטאָראַנען, וווּ אין די פּסחדיקע טעג דערלאַנגט מען סײַ מצה, סײַ ברויט.
זעקס יאָרצענדליק זײַנען אַדורך זינט דער צײַט, וואָס עס האָט באַשריבן באָריס סמאָליאַר. די ייִדישע וועלט האָט זיך שטאַרק געביטן — גלגל־החוזר־בעולם. אָבער די געשיכטע חזרט זיך איבער, אמת, יעדעס מאָס באַקומט דאָס ייִדישע לעבן אַ ביסל אַן אַנדער פּנים. דער פּסחדיקער פּירסום איז נאָך שטאַרקער און אומעטומיקער געוואָרן. מצה ברענגט מען אין אייניקע ברוקלינער רעסטאָראַנען צוזאַמען מיט גאָר־גאָר טריפֿה מאכלים. און דער חלק ייִדן, וואָס זײַנען שיל־מיטגלידער, איז, ווי מע זעט אין דער פֿרישער סטאַטיסטיק, מער אָדער ווייניקער דער זעלבער, דהײַנו: אַרום 40 פּראָצענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.