מיט יאָרן צוריק, ווען סערזש ליפּשיץ פֿלעגט פֿליִען פֿון ישׂראל, וווּ ער איז געבוירן געוואָרן, צו זיך אַהיים, קיין האָלאַנד, האָט ער מיטגעשלעפּט גאַנצע טשעמאָדאַנען פֿול מיט העברעיִשע ביכער. זײַנע ישׂראלדיקע חבֿרים, וואָס וווינען אויך אין אַמסטערדאַם, בעטן אים כּסדר צו ברענגען נײַע לייען־מאַטעריאַלן אויף זייער מוטער־שפּראַך, ווי אויך כּדי צו בלײַבן עמאָציאָנעל פֿאַרבונדן מיטן לאַנד, פֿונוואַנען זיי שטאַמען און וווּ זיי זענען אויפֿגעוואַקסן.
ליפּשיץ, וועלכער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין האָלאַנד אין די 1990ער יאָרן, האָט באַמערקט, אַז די ישׂראלים, אין פֿאַרגלײַך מיט די האָלענדישע ייִדן, גייען כּמעט קיינמאָל נישט אין דער שיל. זייער שײַכות צו ייִדשיקייט דריקט זיך אויס, דער עיקר, דורך דער ליבשאַפֿט צו דער העברעיִשער ליטעראַטור, וואָס דינט ווי אַ מין „קליי‟, וואָס האַלט זיי צוזאַמען. אין פֿאַרגלײַך מיט די אָרטיקע ייִד, וואָס זענען דערצויגן געוואָרן אין אַ ייִדישער קהילה, זענען די ישׂראלים אָנגעקומען קיין אייראָפּע באַזונדער, אומאָפּהענגיק איינער פֿונעם צווייטן. במשך פֿון דער צײַט, האָבן זיי געשאַפֿן אַ מין אייגענע קהילה פֿון העברעיִש־רעדער.
אַ דאַנק דער אינטערנעץ, קאָנען די ישׂראלים, וואָס וווינען אין אייראָפּע, זיך באַטייליקן אינעם ספּעציעלן ביכער־יריד „שוק־בוק‟, וועלכער האָט זיך אָנגעהויבן אינעם יאָר 2003, און זיך אויסטוישן מיט העברעיִשע ביכער דורכן „פֿייסבוק‟. זינט 2008 ווערט אין אַמסטערדאַם דורכגעפֿירט דער יערלעכער פֿעסטיוואַל פֿון ישׂראלדיקע פֿילמען. אינעם יאָר 2011 איז געשאַפֿן געוואָרן אַ ספּעציעלע האָלענדישע וועבזײַט, Dutchtown.nl, וואָס גיט איבער די אָרטיקע און אַלגעמיינע נײַעס אויף העברעיִש. במשך פֿון די לעצטע 6 חדשים, זענען אין אייראָפּע, אַרײַנגערעכנט האָלאַנד, געגרינדעט געוואָרן אַ גאַנצע ריי ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציעס.
אין ענגלאַנד, האָלאַנד, דײַטשלאַנד און אַנדערע אייראָפּעיִשע לענדער אַנטוויקלען זיך הײַנט פֿאַרשיידענע ישׂראלדיקע קהילות, קלובן, אויסגאַבעס און אינסטיטוציעס. די האָלענדישע ישׂראלים האָבן, למשל, געגרינדעט אינעם יאָר 2011 אַ באַוועגונג פֿון העברעיִש־רעדנדיקע סקויטן, אויפֿן סמך פֿון דער פּאָפּולערער קינדער־באַוועגונג „צופֿים‟ אין ישׂראל.
ישׂראל פּופּקאָ, דער גרינדער פֿון „משלנו‟, אַ נישט־קאָמערציעלע ישׂראלדיקע אָרגאַניזאַציע, וואָס שטרעבט צו פֿאַראייניקן די ישׂראלדיקע אימיגראַנטן אין אייראָפּע, האָט דערקלערט, אַז ס׳רובֿ יונגע־לײַט, וואָס באַזעצן זיך אין די אייראָפּעיִשע לענדער, זענען פֿאַרנומען מיט זייערע קינדער און קאַריערעס, און האָבן ווייניק צײַט לטובֿת דער קהילה־טעטיקייט. אין פֿאַרגלײַך מיט די פֿאַראייניקטע שטאַטן, וווּ עס וווינען הונדערטער טויזנט ישׂראלים און וווּ מע האָט אינעם יאָר 2007 געשאַפֿן פֿאַר זייער קהילה אַ ספּעציעלע גרויסע דאַך־אָרגאַניזאַציע, בלײַבן די ישׂראלדיקע אימיגראַנטן אין אייראָפּע שוואַכער אָרגאַניזירט.
ענת קורן (קאָרען), וועלכע גיט אַרויס אין לאָדנאָן די העבעריִשע צײַטונג „עלונדון‟ און די גרינדערין פֿון AGIV, אַ ישׂראלדיקע אַקטיוויסט־גרופּע, האָט דערציילט וועגן אַן אינטערעסאַנטער דעמאָגראַפֿישער טענדענץ. די אַלגעמיינע צאָל ייִדן אין בריטאַניע באַטרעפֿט בערך 250,000 נפֿשות און גייט אונטער, צוליב אַסימילאַציע און עמיגראַציע. אין דער זעלבער צײַט, קומען אָבער אָן אינעם לאַנד אַלץ מער אָן ישׂראלים. עס קאָן זײַן, אַז זיי וועלן פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿון די אָרטיקע געבילדעטע און אַקטיווע קהילה־מיטגלידער.
נישט ווייניק ישׂראלים וווינען אין בערלין, צוליב די צוטריטלעכע פּרײַזן פֿון די דירות און אַנדערע עקאָנאָמישע מעלות פֿון דער דײַטשישער הויפּטשטאָט. אין אַמסטערדאַם, באַטרעפֿן זיי 24 פּראָצענט פֿון דער אַלגעמיינער ייִדישער באַפֿעלקערונג. עס זעט אָבער אויס, אַז צוליב טיפֿע קולטורעלע אונטערשיידן, וועלן די ישׂראלים בלײַבן אַ באַזונדערע גרופּע, וואָס וויל זיך נישט אינטעגרירן אין דער אָרטיקער קהילה־סיסטעם.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.