ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס

News From Buenos Aires

דער וואַנדאַליזירטער דענקמאָל
דער וואַנדאַליזירטער דענקמאָל

פֿון אַבֿרהם ליכטענבוים

Published April 09, 2015, issue of May 01, 2015.

צוגעגנבֿעט שלום־עליכמס ביוסט

דער אַרגענטינער ייִװאָ האָט אין 2001 בײַגעטראָגן דער שטאָט בוענאָס־אײַרעס אַ ביוסט פֿון שלום־עליכם. ער איז אויפֿגעשטעלט געװאָרן אין רויזן־גאָרטן פֿון דער שטאָט, איינער פֿון די שענסטע, וווּ איבער 200 סאָרטן רויזן באַשײַנען דעם פּאַרק אין דעם „גאָרטן פֿון די שרײַבערס‟ מיט ביוסטן פֿון שרײַבערס פֿון דער גאַנצער װעלט. שלום־עליכמען האָט מען אויפֿגעשטעלט לעבן ביוסט פֿון כאָרכע לויִס באָרגעס.

דער באַרימטער ייִדיש־אַרגענטינער סקולפּטאָר ישׂראל האָפֿמאַן, װאָס זײַנע אַרבעטן געפֿינען זיך אין אומצאָליקע פּאַרקן פֿון גאַנצן לאַנד, האָט געמאַכט דעם ביוסט, װאָס איז אויפֿגעשטעלט געװאָרן צום 85סטן יאָרצײַט פֿונעם קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור.

דעם לעצטן סוף־װאָך האָבן װאַנדאַלן צעשטערט און באַגנבֿעט צוויי ביוסטן, פֿון קובאַנער פּאָעט כאָסע מאַרטי, און שלום־עליכמס ביוסט, װאָס איז געװען דער איינציקער אין לאַטײַן־אַמעריקע.

אויך פֿיר בראָנדזענע פּלאַקעס זײַנען צוגעגנבֿעט געװאָרן. די מוניציפּאַליטעט שאַצט, אַז צורעכט מאַכן די שאָדנס װעט אָפּקאָסטן דער שטאָט אַ 30,000 דאָלאַר. מען מיינט, אַז דאָס האָט מען אָפּגעטאָן מיט דער כּװנה צו פֿאַרקויפֿן דעם מעטאַל.

דער ייִװאָ, װאָס פֿאַרמאָגט דעם אָריגינאַל פֿון דער סקולפּטור, האָט זיך גלײַך געװאָנדן צו דעם געהעריקן ביוראָ, און זיך געשטעלט צו זייער דיספּאָזיציע.


פּרעזידענט פֿון „דאַיאַ‟, האָט זיך געטראָפֿן מיט דזשאָ בײַדען

ד״ר כוליאָ שלאָסער, פּרעזידענט פֿון דער „דאַיאַ‟, האָט זיך געטראָפֿן אין װאַשינגטאָן מיטן װיצע־פּרעזידענט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, דזשאָ בײַדען. זיי האָבן אַרומגערעדט דעם שטײַגנדיקן אַנטיסעמיטיזם אויף דער װעלט, די לעצטע אַטענטאַטן אין פּאַריז און קאָפּענהאַגען, און די טעטיקייטן פֿון דעם אַרגענטינער ייִשובֿ אין די אויספֿאָרשונגען פֿון די אַטענטאַטן אויף דער ישׂראל־אמבאַסאַדע און דעם קהילה־בנין. מען איז מסכּים געװען אין געמיינזאַמער אַרבעט קעגן אַנטיסעמיטיזם און דיסקרימינאַציע.


עס העלפֿן נישט קיין אָנקלאָגעס

די געװעזענע פֿרוי פֿון פּראָקוראָר אַלבערטאָ ניסמאַן, סאַנדראַ אַראָזשאָ סאַלגאַדאָ, אויך אַ פֿעדעראַלע ריכטערין, װאָס רעפּרעזענטירט זייערע צװיי טעכטער אינעם מישפּט און אין דער אויספֿאָרשונג פֿון ניסמאַנס טויט, האָט אָנגעגעבן אין געריכט אַ בקשה מען זאָל באַזײַטיקן די פּראָקוראָרין ליליאַנאַ פֿיין איבער איר „נישט פֿעיִקער אַרבעט; דאָס פּאַלעמסן דעם קערפּער איז געמאַכט געװאָרן אָן די פּאַסיקע שריט, נישט האָבן אָפּגעהיט די דירה ביז די ספּעציאַליסטן האָבן אָנגעהויבן זייער אַרבעט, זיך אײַנגעעקשנט אין דער היפּאָטעזע פֿון זעלבסטמאָרד און נישט אויספֿאָרשן די מעגלעכקייט פֿון אַ מאָרד; אָפּגעװאַרט 50 טעג ביז זי האָט אָנגעהויבן אויספֿאָרשן דעם לעצטן, װאָס האָט געזען ניסמאַנען בײַם לעבן און אים געליִען דעם רעװאָלװער; זײַן טענדענציעז און נישט אָביעקטיװ, און נישט האָבן דערלאָזט דעם פֿאָרשלאָג פֿון דער אַלגעמיינער פּראָקוראָרין, כילס קאַרבאָ, וואָס נאָך צוויי פּראָקוראָרן זאָלן איר אַרויסהעלפֿן‟.

אין דערקלערונגען פֿאַר דער פּרעסע האָט פֿײַן געזאָגט, אַז זי פֿילט זיך באַליידיקט, „װי אַ מענטש און װי אַ באַאַמטער פֿון דער יוסטיץ פֿון אירע אָנקלאַגעס‟.

אייניקע קװאַלן האַלטן, אַז דער ציל פֿון דער געװעזענער פֿרוי איז, דער משפּט זאָל אַריבער צו אַן אַנדער ריכטער פֿון דער פֿעדעראַלער יוסטיץ.

די ריכטערין פֿאַביאַנאַ פּאַרמיזשיאַני האָט פֿאַררופֿן אויף דינסטיק, דעם 7טן אַפּריל, אַ ספּעציעלע אוידיענץ, װוּ ביידע צדדים האָבן פֿירגעבראַכט זייערע פּאָזיציעס און יעדער איינער האָט אָפּגעפֿרעגט דעם צװייטן. זי האָט געהאַט 48 שעה זיך אַרויסצוזאָגן, אָבער דעם זעלביקן אָװנט האָט די ריכטערין אָפּגעװאָרפֿן די טעזע פֿון ניסמאַנס געװעזענער פֿרוי און באַשטעטיקט די פּראָקוראָרין פֿיין.


לעקציע וועגן דעם שבֿט זהאַהאַלין, אַ סעמיטישע גרופּע אין סודאַן

מיטװאָך, דעם 8טן אַפּריל, האָבן צוויי פֿאָרשער געהאַלטן לעקציעס אין דעם אוניװערסיטאַרער צענטער פֿאַר ייִדישע שטודיעס. דיעגאָ ראָטמאַן, װאָס האָט זײַן דאָקטאָראַט אָנגעשריבן אין דעם ירושלימער אוניװערסיטעט איבער דזשיגאַן און שומאַכער, איז אויך אַ שוישפּילער, און זײַן טעמע איז געװען װעגן דעם שבֿט זהאַהאַלין, אַ סעמיטישע גרופּע פֿון סודאַן. זיי האַלטן זיך װי אָפּשטאַמיקע פֿון מוכאַמאַדס פֿעטער, אַבאַס, און זיי װוינען נאָך אין סוכּות, װי די ייִדן אין מידבר.

די צװייטע לעקציע איז געװען פֿון נאַדיאַ זיסמאַן װעגן איר פֿאָרשונג װעגן ייִדישע אימיגראַנטן אין בוענאָס־אײַרעס און סאַן־פּאַולאָ אין דער טעקסטיל־אינדוסטריע, זייערע באַציִונגען און דאָס אָרט פֿון דער פֿרוי אין ביידע שטעט.

ביידע אַרבעטן װעלן אין גיכן פּובליקירט װערן.


אַ נײַ בוך וועגן היטלערן אין אַרגענטינע און פּאַראַגווײַ

אַ נײַ בוך פֿונעם אַרגענטינער שרײַבער אַבעל באַסטי האַלט, אַז היטלער האָט זיך ניט גענומען דאָס לעבן אין זײַן בונקער, נאָר אַנטלאָפֿן קיין אַרגענטינע, וווּ ער האָט געלעבט צװיי יאָר אין דער דרומדיקער שטאָט באַרילאָטשע אונטערן נאָמען אַדאָלף שיטלמאַיאָר. פּעראָן, װאָס האָט אים אַראָפּגעבראַכט, האָט נאָך דער רעװאָלוציע, װאָס האָט אים באַזײַטיקט פֿון דער מאַכט, אינטערװענירט, אַז דער פּאַראַגװײַער דיקטאַטאָר סטראָעסנער זאָל אים אויפֿנעמען.

לויט דעם שרײַבער איז היטלער געשטאָרבן אין פּאַראַגװײַ אין 1971, און איז באַגראָבן געװאָרן אין אַ קעלער פֿון אַ האָטעל אין אַסונסיאָן. דער מחבר אַנאַליזירט אויך די השפּעות פֿון אַ סודותדיקער געזעלשאַפֿט „טהולע‟, װאָס האָט געפֿאָרשט די גערמאַנישע װאָרצלען און װאָס האָט געהאָלפֿן היטלערן איבערנעמען די מאַכט. דער מחבר האַלט, אַז היטלער האָט געװאָלט פֿאַרענדיקן „די משיחישע אַרבעט װאָס יעזוס קריסטוס האָט נישט באַװיזן צו פֿאַרענדיקן‟.

די ידיעות פֿון בוענאָס־אײַרעס, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.