במשך פֿונעם פֿאַרגאַנגענעם יאָר האָבן איראַן און ישׂראל מיטגעאַרבעט אונטערן אויפֿזיכט פֿון אַן אינטערנאַציאָנאַלער קערפּערשאַפֿט, דורכצופֿירן אַ פֿאַרווער פֿון נוקלעאַרע באָמבע־טעסטן, האָט מאָנטיק געמאָלדן די „אָרגאַניזאַציע דורכצופֿירן אַ פֿולשטענדיקן פֿאַרווער פֿון נוקלעאַרע טעסטן‟ (CTBTO).
די וואָך טרעפֿט זיך די גרופּע טאַקע אין רמת־גן, לעבן תּל־אָבֿיבֿ, וווּ זי וועט ממשיך זײַן איר פּראָגרעס, זינט איר לעצטער טרעפֿונג אין יאָרדאַניע דעם פֿאַרגאַנגענעם נאָוועמבער. די מיטגלידער פֿון די מיטל־מיזרחדיקע לענדער האָבן בײַ יענער זיצונג, און בײַ אַ צווייטער זיצונג אין דעצעמבער, געמאַכט אַ פּראָבע פֿון טעכנישע געניטונגען, וואָס קאָנען דערקענען, ווען עס ווערט דורכגעפֿירט אַן אומלעגאַלער נוקלעאַרער טעסט.
„איראַן און עגיפּטן, און דאַכט זיך, אַלע אַראַבישע לענדער, זענען געווען רעפּרעזענטירט בײַ די געניטונגען אין יאָרדאַניע,‟ האָט לאַסינאַ זערבאָ, די עקזעקוטיוו־דירעקטאָרין פֿון CTBTO, געזאָגט בעת אַ באַזוך אין ישׂראל. „בשעת די געניטונגען, ווען מיר האָבן געפֿירט אונדזערע רונדטיש־דיסקוסיעס, און געגעסן וועטשערע אָדער מיטאָג, זענען די איראַנישע עקספּערטן געזעסן בײַם זעלבן טיש ווי די ישׂראלדיקע. ס׳איז נישט קיין זעלטענע זאַך, וואָס לענדער, וועלכע קומען נישט אויס פּאָליטיש, זענען יאָ מסכּים וועגן געוויסע וויסנשאַפֿטלעכע ענינים.‟
די CTBTO, וואָס איז געגרינדעט געוואָרן אין די 1990ער יאָרן, האָט אַ ברייטע גלאָבאַלע שטיצע, אָבער דאַרף נאָך גוטגעהייסן ווערן דורך אַכט נוקלעאַרע מלוכות, אַרײַנגערעכנט ישׂראל, איראַן, עגיפּטן און די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
די CTBTO פֿירט אָן מיט אַ נעץ פֿון מער ווי 337 אויפֿזיכט־אײַנריכטונגען איבער דער וועלט, כּדי צו דערקענען, ווען עס ווערט דורכגעפֿירט אַ נוקלעאַרער אויפֿרײַס. צוויי אויפֿזיכט־ערטער געפֿינען זיך אין ישׂראל, און איין אָרט — אין איראַן. „די איראַנישע סטאַנציע איז אָבער דעאַקטיוויזירט געוואָרן אין 2006, נאָך דעם ווי די אינטערנאַציאָנאַלע סאַנקציעס קעגן טעהעראַן, צוליב איר נוקלעאַרער פּראָגראַם האָבן שווער געמאַכט צו ברענגען אַהין די געהעריקע אויסשטאַטונג,‟ האָט זערבאָ געזאָגט. „לאָמיר האָפֿן, אַז די איראַנישע סטאַנציע וועט אין גיכן ווידער אויפֿגעריכט ווערן,‟ האָט די דירעקטאָרין צוגעגעבן.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.