ווען אַ גרופּע שול־קינדער פֿונעם 7טן קלאַס אין נאַטיק, שטאַט מאַסאַטשוסעטס, האָט מיט גרויסן אינטערעס באַטראַכט די ווידעאָ־רעקאָרדירונג פֿון עליע וויזעלס אויפֿטריט בעתן באַקומען די נאָבעל־פּרעמיע פֿון שלום אינעם יאָר 1986, האָט די לערערין, טרייסי סאָקאָלאָסקי, געפֿרעגט אירע יונגע תּלמידים: פֿאַרוואָס האָט וויזעל געוווּנען אַזאַ חשובֿן פּריז?
דער קלאַס איז שוין דעמאָלט געווען באַקאַנט מיט עליע וויזעלס בוך „נאַכט‟, וווּ עס ווערט כּסדר באַהאַנדלט די טעמע פֿון זכרונות. דער שרײַבער דערמאָנט אונדז, אַז ס׳איז וויכטיק צו געדענקען די געשיכטע. צוזאַמען מיט אַ קאָלעגע, פֿירט סאָקאָלאָסקי, אַ 39־יאָריקע לערערין פֿון היסטאָריע און געאָגראַפֿיע, אַ ספּעציעלע אַכט־וואָכיקע בילדונג־פּראָגראַם וועגן דעם חורבן. זי איז געווען צווישן די 25 דערציִער פֿון פֿאַרשיידענע לענדער, וועלכע זענען געפֿאָרן קיין פּוילן אין יאַנואַר, אין שײַכות מיטן 70סטן יוביליי פֿון אוישוויץ־באַפֿרײַונג.
בעת דער פֿינף־טאָגיקער נסיעה, אָרגאַניזירט געוואָרן דורכן אוניווערסיטעט פֿון דרום־קאַליפֿאָרניע, האָבן די באַטייליקטע באַזוכט דעם נײַעם מוזיי פֿון פּוילישע ייִדן אין וואַרשע און אַ צאָל היסטאָרישע ייִדישע ערטער, ווי אויך זיך געטראָפֿן מיט ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. די לערער מוזן הײַנט באַטראַכטן די צוקונפֿט פֿון דער חורבן־בילדונג. מיט עטלעכע יאָר צוריק, האָבן די קינדער געקאָנט זיך טרעפֿן מיט לעבעדיקע ייִדן, וועלכע האָבן איבערגעלעבט דעם חורבן און האָבן געקאָנט דערציילט זייערע אייגענע לעבנס־געשיכטעס. לעצטנס, איז אָבער אין דער וועלט געבליבן בלויז אַ קליינע צאָל ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה. צוליב דעם, מוזן די לערער אויסאַרבעטן אַ נײַע שיטה, אַנשטאָט צו פֿאַרבעטן לעבעדיקע עדות־זאָגער אין זייערע קלאַסן.
עס בלײַבט דערווײַל נישט קלאָר, וויפֿל שולן אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿירן דורך לימודים וועגן דעם נאַצי־גענאָציד פֿון ייִדן. דער „מעמאָריאַלער חורבן־מוזיי‟ אין וואַשינגטאָן האָפֿט אויסצוגעפֿינען די פּינקטלעכע אינפֿאָרמאַציע וועגן דעם. אין פֿינף שטאַטן — ניו־דזשערזי, ניו־יאָרק, קאַליפֿאָרניע, אילינוי און פֿלאָרידע — איז די חורבן־בילדונג אָנגענומען געוואָרן ווי אַ טייל פֿון דער סטאַנדאַרטער שול־פּראָגראַם. די אַנדערע שטאַט־אַדמיניסטראַציעס רעקאָמענדירן אײַנצופֿירן די דאָזיקע טעמע ווי אַ גוטע עצה, אָבער נישט ווי אַ נייטיקער טייל פֿון די לימודים.
פּיטער פֿרעדלייק, דער דירעקטאָר פֿון לערער־ענינים בײַם דערמאָנטן וואַשינגטאָנער מוזיי, האָט באַמערקט, אַז ס׳איז פֿאַראַן אַ ריזיקער חילוק צווישן פֿאַרשיידענע שיטות פֿון חורבן־בילדונג. אַ טייל דערציִער האַלטן, אַז מע דאַרף דערציילן די קינדער וועגן דעם חורבן בלויז צוליב דער היסטאָרישער מערקווירדיקייט פֿון דער טעמע. די אַנדערע גלייבן אָבער, אַז מע מוז קאָמבינירט די לימודים וועגן דעם חורבן מיט אַלגעמיינע שמועסן וועגן דעם בירגערלעכן אַחריות און דער סכּנה פֿון אומטאָלעראַנץ. נישט לאַנג צוריק, האָט זיך ברוקלין געעפֿנט אַ נײַער צענטער פֿון חורבן־בילדונג, אויפֿן נאָמען פֿון משפּחה קליינמאַן, וואָס פֿאָקוסירט זיך אויף דער פֿרום־אָרטאָדאָקסישער פּערספּעקטיוו.
אַזוי צי אַזוי, זאָרגן זיך די לערער וועגן דער צוקונפֿטיקער תּקופֿה, ווען אַלע ניצול־געוואָרענע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה וועלן אַוועק אויף יענער וועלט. הגם אַ צאָל אָרגאַניזאַציעס האָבן רעקאָרדירט אַ ריזיקע צאָל דערציילונגען פֿון די עדות־זאָגער, קאָן מען זיי נישט פֿאַרגלײַכן מיט לעבעדיקע שמועסן. די רעקאָרדירונגען מוזן באַגלייט ווערן מיט אַנדערע מאַטעריאַלן, וואָס זאָלן העלפֿן די קינדער צו פֿאַרשטיין די געשיכטע פֿון אַנטיסעמיטיזם און דעם היסטאָרישן קאָנטעקסט, וואָס האָט צוגעפֿירט צו אַזאַ שוידערלעכער רציחה. די מומחים אינעם דאָזיקן בילדונג־געביט גיבן צו, אַז די לערער מוזן אויך אַנטוויקלען בײַ די תּלמידים די פֿעיִקייט צו אַנאַליזירן אַליין די חורבן־געשעענישן.
סאָקאָלאָסקי האָט באַמערקט אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, אַז די תּלמידים פֿונעם 7טן קלאַס זענען אַ ביסל צו יונג פֿאַר ערנסטע חורבן־שטודיעס. פֿונדעסטוועגן, גלייבט זי, אַז אַפֿילו נישט האָבנדיק מער קיין מעגלעכקייט צו באַקענען די תּלמידים מיט די לעבעדיקע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה, איז כּדאַי אָנצוהייבן די חורבן־בילדונג פֿון אַ יונגן עלטער.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.