איראַן האָט זיך באַקלאָגט פֿאַר דער „יו־ען‟ וועגן אַמעריקעס אַטאָמישע וואָפֿנס. איר פֿרײַנד, רוסלאַנד, איז מרמז, אַז מאָסקווע וועט אָנהייבן פּראָדוצירן נײַע אַטאָמישע וואָפֿנס, ווײַל אַמעריקע גיט אירע אַליִיִרטע אַנטיראַקעטן־סיסטעמען זיי זאָלן זיך פֿאַרהיטן פֿון איראַן און רוסלאַנד. מען האָט נאָך נישט אונטערגעשריבן דעם נוקלעאַרן הסכּם מיט אַיראַן, אָבער עס ווערט שוין קלאָר, אַז די P5+1 האָבן ווייניק וואָס אויסגעפּועלט. די גאַנצע טירחה איז נישט כּדאַי געווען.
פּרעזידענט אָבאַמאַ האָט געפּרוּווט „פֿאַרקויפֿן‟ דעם אָפּמאַך צום אַמעריקאַנער פֿאָלק און צו מדינת-ישׂראל מיטן תּירוץ, אַז אַזאַ הסכּם איז בעסער ווי גאָרנישט.
עס איז פֿאַרשטענדלעך, אַז קיינעם ווילט זיך נישט פֿירן קיין מלחמה מיט איראַן. וואָס יאָ, אַז אויב מען קען נישט אויסמײַדן אַ מלחמה, זאָל מען כאָטש נישט אונטערשרײַבן אַן אָפּמאַך, וואָס וועט מאַכן די קומענדיקע מלחמה מער געפֿערלעך פֿאַר דער גאַנצער וועלט. דער ערגסטער פֿאַל איז נישט די מלחמה אַליין, נאָר אַ מלחמה וואָס מען איז צו איר אין גאַנצן נישט גרייט, ווײַל מען האָט שוין אויפֿגעגעבן אַלע כּלים, וועלכע וואָלטן דערמעגלעכט זיך צו דער מלחמה צוצוגרייטן.
דער איראַנישער פּרעזידענט, כאַסאַן רוכאַני, האָט קלאָר געזאָגט, אַז איראַן איז נישט מסכּים אונטערצושרײַבן אַ נוקלעאַרן אָפּמאַך, אויב מען וועט נישט צוריקציִען אַלע עקאָנאָמישע סאַנקציעס — באַלד און אַלע! אָבאַמאַ טענהט, אַז מען איז מסכּים דאָס צו טאָן בהדרגה און מיטן באַדינג, אַז די קאָנטראָליאָרן וועלן באַשטעטיקן: איראַן אַרבעט מער נישט איבער אַטאָמישע וואָפֿנס. די איראַנער, פֿון זייער זײַט, זאָגן, אַז זיי וועלן נישט צולאָזן די קאָנטראָליאָרן צו די מיליטערישע אינסטאַלאַציעס, און נישט אויפֿהערן צו אַנטוויקלען זייערע באַליסטישע און אַנדערע מינים ראַקעטן.
שטעלט זיך טאַקע די פֿראַגע: אויב איראַן דערלאָזט נישט צו קאָנטראָלירן אירע מיליטערישע אינסטאַלאַציעס, און וועט ממשיך זײַן צו אַנטוויקלען נײַע ראַקעטן, וואָס זשע האָט מען דערגרייכט מיטן אָפּמאַך?
איך הייב אָן צו טראַכטן, אַז די נוקלעאַרע פֿאַרהאַנדלונגען זײַנען געווען נישט מער ווי אַ שפּיל פֿון איראַן און רוסלאַנד, אָפּצונאַרן די מערבֿ-וועלט. ווי קען מען אַנדערש אויסטײַטשן דעם פֿאַקט, אַז דער איראַנישער אַמבאַסאַדאָר בײַ דער „יו־ען‟ האָט זיך באַקלאָגט פֿאַרן קאָמיטעט פֿון אַנטוואָפֿענונג, אַז איראַן, ווי אַ נישט-נוקלעאַרע מדינה און אַ מיטגליד פֿונעם אָפּמאַך קעגן נוקלעאַרער פֿאַרשפּרייטונג, איז שטאַרק באַזאָרגט וועגן דער צו לאַנגזאַמער ראַטע פֿון אַנטוואָפֿענונג אין אַמעריקע און אין אַנדערע אַטאָמישע מדינות?
ווי נאָך קען מען דערקלערן דעם פֿאַקט, אַז בלויז אַ טאָג פֿאַר דעם האָט אַ רעדנערין פֿון דעם רוסישן אינערן־מיניסטעריום געטענהט, אַז רוסלאַנד וועט אפֿשר דאַרפֿן נאָך אַ מאָל פּראָדוצירן אַטאָמישע וואָפֿנס צוליב דער „דראָונג‟ פֿון די אַנטיראַקעטן־סיסטעמען אין מיזרח-אייראָפּע? אויב אַזוי, וועט איראַן דאָס אויך נוצן ווי אַ תּירוץ.
דאָס איז דער הײַנטיקער מצבֿ: אָבאַמאַ איז, דאַכט זיך, מסכּים אויפֿצוגעבן אויף אַלע פּרינציפּן, אַבי אונטערצושרײַבן אַ הסכּם; אין דער זעלבער צײַט וועט איראַן ממשיך זײַן צו אַרבעטן איבער די ראַקעטן, זי זאָל קענען האָבן אַ מיטל די אַטאָמישע באָמבע צוצושטעלן, ווי נאָר מע וועט זי שאַפֿן. איראַנס שׂונאים וועלן נישט קענען זיך פֿאַרהיטן פֿון די וואָפֿנס, ווײַל רוסלאַנד טענהט, אַז צוליב דעם וואָס אַמעריקע איז גרייט צו פֿאַרקויפֿן אַזעלכע סיסטעמען צו מדינת-ישׂראל און אַנדערע לענדער אינעם גאָלף, זעט מאָסקווע אַ דראָונג פֿון אַ נײַער מלחמה.
אַוודאי, וועט ישׂראל און די אַראַבישע מדינות נישט זיצן מיט פֿאַרלייגטע הענט. ישׂראל וועט מאַכן אַ סך רעש און נאָך מער דענערווירן די מערבֿדיקע רעגירונגען, ווײַל ישׂראל האָט קיין מאָל נישט געהאַט גענונג טאַקט. די אַראַבער וועלן אָנהייבן אײַנצופֿירן זייערע אייגענע נוקלעאַרע פּראָגראַמען. אינעם בעסטן פֿאַל קאָן אויספּלאַצן אַ מלחמה אינעם גאַנצן ראַיאָן נאָך פֿאַר דעם, ווי די אַראַבישע מדינות וועלן אַנטוויקלען זייערע אייגענע נוקלעאַרע וואָפֿנס, כּדי זיי זאָלן נישט אַרײַן אין די הענט פֿון די טעראָריסטן אָדער אַנדערע משוגעים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.