דער ווילשיר־בולוואַר, וווּ עס שטייט דער לאָס־אַנדזשעלעסער טעמפּל, אויסגעבויט אינעם ביזאַנטישן סטיל און געעפֿנט אינעם יאָר 1929, איז אַמאָל געווען אַ צענטער פֿון אַ פֿאַרמעגלעכער פּרעסטיזשפֿולער געגנט. הײַנט שטייט די היסטאָרישע אַלטע שיל אינמיטן דעם רוישיקן קאָרעיִשן ראַיאָן פֿון דער שטאָט. צווישן די אומצאָליקע געשעפֿט־בנינים, עלעקטראָניק־קרעמלעך און ביוראָען פֿון ציין־דאָקטוירים, באַצירט מיט שילדן אויף קאָרעיִש און, צומאָל, אויף שפּאַניש, שטאַרצט דער טעמפּל אויס ווי אַ רעליקט פֿון אַ לאַנג־פֿאַרגאַנגענער ערע, ווען אין דער דאָזיקער געגנט איז אָנגעקומען אַ כוואַליע ייִדישע אימיגראַנטן, וועלכע האָבן זיך שפּעטער געלאָזט ווײַטער אויף מערבֿ און צפֿון.
פֿונדעסטוועגן, בליט אינעם טעמפּל־קאָמפּלעקס נאָך אַלץ אַן אַקטיווע קהילה פֿון רעפֿאָרמער ייִדן. די רעליגיעזע שול איז געפּאַקט, און די נײַע טאָגשול פֿאַר קליינע קינדער האַלט אין איין וואַקסן פֿון יאָר צו יאָר. הײַנט קלײַבט מען זיך אויפֿצושטעלן נײַע בנינים און צו רעסטאַוורירן די אַלטע סינאַגאָגע.
לויטן פּלאַן, וועט דער „גלייזער־קאַמפּוס‟, ווי מע רופֿט איצט דעם פּראָיעקט, פֿאַרנעמען אַ גאַנצן שטאָטישן בלאָק. די בויערײַ וועט פֿאַרנעמען מער ווי אַ צענדליק יאָר און וועט אָפּקאָסטן אַ נישקשהדיקע סומע געלט — כּמעט 200 מיליאָן דאָלאַר. די ראַבינערטע סוזען גאָלדבערג, איינע פֿון די אַכט רבנים, וואָס וועלן דינען אַ גאַנצן טאָג אינעם פּלאַנירטן קאָמפּלעקס, האָט דערקלערט, אַז אין פֿאַרגלײַך מיט די אַנדערע ייִדישע קהילות פֿון לאָס־אַנדזשעלעס, וועט די פֿאַרברייטע סינאַגאָגע רעפּרעזענטירן דווקא אַן אורבאַניסטישע ייִדישע קהילה, וואָס פּאַסט זיך אַרײַן אינעם פֿאַרשיידנאַרטיקן שטאָטישן לאַנדשאַפֿט.
סטיווען לעדער, דער הויפּט־ראַבינער פֿונעם „טעמפּל אויפֿן ווילשיר־בולוואַר‟, האָט זיך פֿאַרליבט אינעם אַלטן בנין, ווען ער איז צום ערשטן מאָל געקומען אַהין, אינעם יאָר 1987. ווען ער האָט פֿאַרנומען די פּאָזיציע אין 2003, זענען 2,000 משפּחות געווען מיטגלידער פֿון דער שיל. די סינאַגאָגע האָט זיך אָבער גענייטיקט אין אַן ערנסטן רעמאָנט, ווײַל במשך פֿון אַ סך יאָר איז דער בנין געלאָזט געוואָרן אויף הפֿקר.
אין אַ שמועס מיט דער ייִט״אַ, האָט לעדער דערקלערט, אַז ווען ער האָט באַטראַכט די סיטואַציע מיט דער פֿאַרוואַלטונג פֿון דער סינאַגאָגע, האָט ער באַטאַנט, אַז כּל־זמן ער בלײַבט דאָרטן דער הויפּט־ראַבינער, קלײַבט ער זיך נישט צו פֿאַרקויפֿן די שיל און דערלאָזן די קונים צו פֿאַרוואַנדלען זי אין אַ קלויסטער. דערצו, גלייבט ער, אַז לעצטנס האָט זיך אין לאָס־אַנדזשעלעס אַרויסגעוויזן אַ נײַע דעמאָגראַפֿישע טענדענץ. אַלץ מער יונגע ייִדישע משפּחות האָבן אָנגעהויבן זיך ווידער צו באַזעצן אין דער מיזרחדיקער זײַט פֿון דער שטאָט. ער האָפֿט, אַז דער באַנײַטער און פֿאַרברייטערטער שיל־קאָמפּלעקס וועט צוציִען מער יונגע־לײַט.
דער בודזשעט־פּלאַן האָט איבערראַשט אַפֿילו אַזאַ געניטן קאָנסולטאַנט, ווי דוד מערסקי, וועלכער האָט געהאָלפֿן צו זאַמלען געלט אויפֿן רעמאָנט פֿון אַ ריי גרויסע שילן. למשל, דער איבערבוי פֿון דער רײַכער שיל אויפֿן לינקאָלן־סקווער, אינעם צפֿון־מערבֿדיקן טייל פֿון מאַנהעטן, וועלכער האָט זיך פֿאַרענדיקט אין 2013, האָט אָפּגעקאָסט בערך 50 מיליאָן דאָלאַר. לויטן פּלאַן, נייטיקט זיך דער לאָס־אַנדזשעלער פּראָיעקט אין אַ פֿיר מאָל גרעסטער סומע. די פֿאַרוואַלטער באַטאָנען אָבער, אַז אין דער געשיכטע פֿון זייער סינאַגאָגע זענען ריזיקע הוצאות נישט קיין נאָווינע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.