מיט צוואָנציק יאָר צוריק, האָבן ווייניק מענטשן אין אַמעריקע געוווּסט, וואָס כומוס איז. ס׳איז נישט געווען צו געפֿינען דעם דאָזיקן מאכל; די נאַהוט־פּאַסטע, וואָס מע האָט פֿאַרקויפֿט ווי „כומוס‟, האָט געהאַט אַ שלעכטן טעם. די אַמעריקאַנער האָבן אַפֿילו נישט געוווּסט, ווי אַזוי מע רעדט אַרויס דעם נאָמען פֿונעם מאכל.
דער אַרויסרעד בלײַבט נאָך אַלץ אַמעריקאַניזירט; ס׳רובֿ ענגליש־רעדער מוטשען זיך מיטן אות „חית‟ און פֿאַרוואַנדלען עס אין אַ „הא‟. הײַנט קאָן מען אָבער טרעפֿן כומוס אויף יעדן שריט און טריט איבערן גאַנצן לאַנד — פֿון כּמעט יעדער גרויסער פּראָדוקטן־קראָם ביז סטאַדיאָנען. די פֿירמע „קאָסטקאָ‟ האַלט אויף אירע סקלאַד־באַזעס ריזיקע פּעקלעך פֿון כומוס.
בדרך־כּלל, איז כומוס אַ באַקאַנטער פּאָפּולערער מיטל־מיזרחדיקער מאכל, וואָס מע עסט אויך אין צפֿון־אַפֿריקע און טערקײַ. אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן האָט די דאָזיקע נאַשערײַ זיך אָבער פֿאַרשפּרייט, דער עיקר, אַ דאַנק איין געוויסער פֿירמע: „סאַבראַ‟. די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָט די דאָזיקע קאָמפּאַניע זיך באַוויזן אין די נײַעס צוליב אַ מעגלעכער סכּנה פֿון ליסטעריע־באַקטעריעס, וואָס מע האָט געפֿונען אין אַ טייל פֿון איר כומוס. צוליב דעם, האָט די פֿירמע צוריקגעהאַלטן 30,000 קאַסטנס פֿון אירע פּראָדוקטן. די ליסטעריע־באַקטעריעס קאָנען אַרויסרופֿן אַ סכּנותדיקע קרענק בײַ זקנים, טראָגעדיקע פֿרויען, קליינע קינדער און מענטשן מיט אַ שוואַכער אימוניטעט.
אַן אַנדער ישׂראלדיקע פֿירמע, Tribe („שבֿט‟), קאָנקורירט אין אַמעריקע מיט „סאַבראַ‟. ביידע פֿירמעס האָבן אַרויסגערופֿן אַ קאָנטראָווערסיע צוליב זייערע פֿאַרבינדונגען מיט דער ייִשובֿים־בויערײַ אויף די אָקופּירטע פּאַלעסטינער שטחים. אַ צאָל אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן בויקאָטירן אַלע פּראָדוקטן פֿון „סאַבראַ‟, און מיט עטלעכע חדשים צוריק, בעת דער מלחמה אין עזה, האָט זיך אָנגעהויבן אַ פּראָטעסט־קאָמפּאַניע קעגן דער צווייטער פֿירמע.
אַזוי צי אַזוי, איז כומוס געוואָרן אַ גאָר פּאָפּולערער פּראָדוקט אין דער הײַנטיקער אַמעריקע. ס׳קאָן זײַן, אַז דאָס האָט צו טאָן מיט דער געראָטענער רעקלאַמע־קאַמפּאַניע אויף דער טעלעוויזיע. די ריזיקע שפּײַז־קאָרפּאָרציע „פּעפּסיקאָ‟, וועלכע האָט געקויפֿט די פֿירמע „סאַבראַ‟ און פֿירט איצט דערמיט אָן בשותּפֿות מיט דער ישׂראלדיקע קאָרפּאָראַציע „שטראַוס‟, האָט דורכגעפֿירט אַ ריי רעקלאַמע־אונטערנעמונגען. אינעם יאָר 2013 האָט די צײַטונג „וואָל־סטריט זשורנאַל‟ דערציילט גאַנץ פּרטימדיק, ווי אַזוי כומוס האָט זיך אַריבערגעקליבן פֿונעם מיטל־מיזרח איבערן אַטלאַנטישן אָקעאַן און פֿאַרנומען אַ בכּבֿודיק אָרט אויפֿן אַמעריקאַנער קאָנטינענט.
מע מוז אָבער צוגעבן, אַז יעדער תּושבֿ פֿון אַ מיטל־מיזרחדיק לאַנד וועט זאָגן, אַז דער מאַסן־פּראָדוצירטער כומוס אין אַ פּלאַסטיק־קאָנטיינער קאָן זיך בשום־אופֿן נישט פֿאַרמעסטן מיטן עכטן פֿריש־געמאַכטן נאַהוט־מאכל. אַ דאַנק דער אַלגעמיינער פּאָפּולאַריטעט פֿונעם דאָזיקן פּראָדוקט, זענען אין אַמעריקע אויך פֿאַראַן נישט ווייניק רעסטאָראַנען, וווּ מע גרייט עס צו. אין ניו־יאָרק קאָן מען גרינג געפֿינען אַן אָרט צו פֿאַרזוכן דעם עכטן כומוס, אַנשטאָט דער אינדוסטריעלער קראָם־ווערסיע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.