די צאָל אויסלענדישע צה״ל־וואָלונטירן וואַקסט

Rise in Number of Overseas IDF Volunteers

פֿון „האָרץ‟

Published April 23, 2015, issue of May 15, 2015.

(די 2 טע זײַט פֿון 2)

מענטשן וואָס פֿאַרשרײַבן זיך ווי איינצלנע סאָלדאַטן באַקומען אַ חודשלעכע סטיפּענדיע, שפּײַזקופּאָנען און פֿרײַע טעג, ווען זייערע עלטערן קומען קיין ישׂראל צו באַזוכן זיי. די אָרגאַניזאַציע „גרין צבר‟ געפֿינט וווינונגען אין קיבוצים, וווּ די אויסלענדישע סאָלדאַטן קענען וווינען צוזאַמען, און דערבײַ פֿאַרקלענערן דאָס געפֿיל פֿון עלנטקייט. אַנדערע אָרגאַניזאַציעס אַראַנזשירן פּסח־סדרים און יום־העצמאות־באַרבעקיוס פֿאַר זיי.

פֿון 2013-2014 האָבן זיך אָנגעשלאָסן אין צה״ל 330 איינצלנע סאָלדאַטן — אַ גרויסער שפּרונג פֿונעם פֿריִערדיקן יאָר, ווען בלויז 5 האָבן זיך פֿאַרשריבן, אָדער מיט צוויי יאָר פֿריִער, ווען 11 האָבן זיך אָנגעשלאָסן.

איין סיבה פֿאַר וואָס עס זענען פֿאַראַיאָרן צוגעקומען אַ סך מער סאָלדאַטן איז, ערשטנס, צוליב דער אָפּעראַציע אין עזה, און צווייטנס, צוליב דעם וואָס אַ סך פֿון די פֿריִערדיקע אויסלענדישע סאָלדאַטן האָבן דערציילט וועגן זייער איבערלעבונג אין „פֿייסבוק‟ און „אינסטאַגראַם‟, האָט באַמערקט אַ 27־יאָריקער סאַלדאַט פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן. „ווען מענטשן זעען ווי זייערע פֿרײַנד, שוועסטערקינדער אָדער מיט־תּלמידים שטעלן אַרויף פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון זיך, טראָגנדיק אַ צה״ל־מונדיר, זעט עס פּלוצלינג אויס ווי אַ מעגלעכקייט פֿאַר זיי אויך,‟ האָט ער געזאָגט.

פֿרויען, וואָס באַטרעפֿן אַרום 30% פֿון די איינצלנע סאָלדאַטן, דינען אויך אין קאַמף־פּאָזיציעס (אָפֿט מאָל — ווי סאַניטאַרן) אָדער אין אויסשפּיר־אָפּטיילן. לאָראַ הימלסטין, אַ 27־יאָריקע פֿרוי פֿון אַטלאַנטע, וואָס האָט אַ באַקאַלוראַט אין געשעפֿט, און אַ מאַגיסטער אין שטאַט־טעטיקייט, אַרבעט אינעם אָפּטייל פֿון אינטערנאַציאָנאַלער קאָאָפּעראַציע, וווּ זי קאָנטראָלירט דעם שטראָם פֿון אינפֿאָרמאַציע מיטן מיליטער פֿון אַנדערע לענדער.

הימלסטין איז געווען 26, ווען זי איז געוואָרן אַ ישׂראלדיקע בירגערין אין 2013. צוליב איר עלטער, האָט זי נישט געדאַרפֿט דינען אין צה״ל, אָבער זי האָט זיך סײַ־ווי פֿאַרשריבן ווי אַ וואָלונטיר, כאָטש ס׳איז נישט געווען גרינג צו פֿאָלגן די באַפֿעלן פֿון 19־יאָריקע. זי האָט געוואָלט זיך גיך אויסלערנען העברעיִש און בעסער פֿאַרשטיין די ישׂראלדיקע מענטאַליטעט, אָבער איר הויפּט־מאָטיוו איז פֿאָרט געווען אַן אידעאָלאָגישער.

„מענטשן קענען הײַנט וווינען אין מדינת־ישׂראל, ווײַל יעדער טוט זײַן חלק,‟ האָט זי באַמערקט. „האָב איך אויך געוואָלט טאָן מײַן חלק.‟