אַ נײַ ביכל פֿון געאָגראַפֿישע נעמען אויף ייִדיש

New Dictionary of Place-Names in Yiddish

אַ ייִדישער מאַרק אין סאַדעגערע, בערך 1911
www.kehilalinks.jewishgen.org
אַ ייִדישער מאַרק אין סאַדעגערע, בערך 1911

פֿון „פֿאָרווערטס‟־רעדאַקציע

Published April 28, 2015, issue of May 15, 2015.

בעת דער ייִדיש־רעדנדיקער דור פֿון מיזרח־אייראָפּע גייט אַוועק, ווערן אַלץ מער פֿאַרגעסן די אַלטע ייִדישע נעמען פֿון יענע שטעט און שטעטלעך, וווּ עס האָבן אַ מאָל געוווינט אַ גרויסע צאָל ייִדיש־רעדנדיקע ייִדן.

אַפֿילו די מענטשן, וואָס פֿאָרשן אויס די גענעאָלאָגיע פֿון זייערע אָבֿות, ניצן אָפֿט מאָל דעם הײַנטיקן נאָמען טשערניווצי אַנשטאָט טשערנעוויץ; ווילניוס אַנשטאָט ווילנע, אָדער לוואָוו (לוויוו) אַנשטאָט דעם אַלטן ייִדישן נאָמען, לעמבעריק.

ס׳איז מעגלעך, אַז מיט דער צײַט וועט דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם אויך פֿאַרגעסן די ייִדישע נעמען פֿון די לענדער און שטעט פֿון דער וועלט בכלל. הגם הײַנט קען מען נאָך הערן די ייִדישע נעמען עסטרײַך, אונגערן און שאָטלאַנד, איז נישט אויסגעשלאָסן, אַז אין עטלעכע דורות אַרום וועט מען אָנהייבן זיך באַניצן מיט די ענגלישע נעמען.

כּדי אויסצומײַדן אַזאַ מעגלעכקייט, איז ערשט אַרויס פֿון דרוק אַ נאָרמאַטיוו ווערטערביכל מיט די אָרט־נעמען פֿון דער גאַנצער וועלט: קאָנטינענטן, מלוכות און שטעט, ווי אויך די הויפּטשטעט און שטעטלעך פֿונעם אַמאָליקן „ייִדיש־לאַנד‟. דאָס ביכל, וואָס ס׳האָט צונויפֿגעשטעלט דער באַקאַנטער ייִדיש־לערער אין העברעיִשן אוניווערסיטעט, חנן באָרדין, שליסט אײַן אַן אַרײַנפֿיר, דערקלערונגען, אַ ביבליאָגראַפֿיע און איבער 3,300 טאָפּאָנימען, אויסגעשטעלט לויטן אַלף־בית.

די רשימה איז צונויפֿגעשטעלט געוואָרן אויפֿן סמך פֿון דער פֿאָרשאַרבעט פֿון ד״ר מרדכי שעכטער ע״ה, וועלכער האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט די ייִדישע געאָגראַפֿישע נעמען סײַ פֿון די ייִדישע שטעט און שטעטלעך, סײַ פֿון די אַלגעמיינע געאָגראַפֿישע ערטער אויף דער וועלט.

באָרדין האָט געזאָגט דעם „פֿאָרווערטס‟, אַז ער האָט זיך אונטערגענומען דעם פּראָיעקט מיט 5־6 יאָר צוריק, נאָכן באַמערקן, אַז די געאָגראַפֿישע טערמינען, וואָס ער האָט געזען אין די ייִדישע צײַטונגען און זשורנאַלן (אַרײַנגערעכנט אינעם „פֿאָרווערטס‟, זאָגט ער) „איז ניט געווען נאָרמאַליזירט, קאָדיפֿיצירט און נאָרמאַטיוויזירט.‟ אַנשטאָט דעם טראַדיציאָנעלן ייִדישן אויסלייג קאָפּנהאַגן, דרעזדן און אַרובע, האָט מען אין די צײַטשריפֿטן געשריבן „אומייִדישע טאָפּאָנימען‟ ווי קאָפּענהאַגען, דרעזדען און אַרובאַ. „עס איז געקומען די צײַט צו נאָרמאַליזירן דעם אויסלייג פֿון געאָגראַפֿישע נעמען אויף ייִדיש,‟ האָט באָרדין דערקלערט.

ד״ר הערשל גלעזער, וואָס האָט מיט עטלעכע יאָר צוריק אַרויפֿגעשטעלט אויף דער „ייִוואָ‟־וועבזײַט אַ פּרטימדיק זוכצעטל פֿון די ייִדישע נעמען פֿון די מיזרח־אייראָפּעיִשע שטעט און שטעטלעך.

www.yivo.org/publications/index.php?tid=170&aid=667, זאָגט, אַז ס׳איז נאַטירלעך, אַז אַ שפּראַך זאָל זיך ניצן מיט אירע אייגענע טערמינען. „ווי שעכטער האָט אַ מאָל אַליין געשריבן, ניצן ס׳רובֿ שפּראַכן זייערע אייגענע נעמען פֿאַר געאָגראַפֿישע ערטער. אויף איטאַליעניש, למשל, רופֿט מען די איטאַליענישע הויפּטשטאָט ראָמאַ, אָבער אויף ענגליש זאָגט מען נישט ׳ראָמאַ׳, נאָר Rome. פּונקט ווי אַנדערע שפּראַכן ניצן זייער אייגענעם טערמין, דאַרף ייִדיש אויך אַזוי טאָן,‟ האָט גלעזער באַמערקט.

דער פּרײַז פֿונעם ווערטערביכל איז 100 שקלים, 23 אייראָס אָדער 26 דאָלאַר. נאָך מער אינפֿאָרמאַציע אָדער צו באַשטעלן עקזעמפּלאַרן, שרײַבט צו: hmbordin@hotmail.com.