ידיעות פֿון מאָסקווע

News from Moscow

Facebook

פֿון אלכּסנדרה פּאָליאַן

Published April 29, 2015, issue of May 15, 2015.

„לימוד‟־פֿעסטיוואַל און סיכסוכים אַרום דעם

די הויפּט־געשעעניש אויף דער ייִדישער גאַס איז די וואָך געווען דער „לימוד‟־פֿעסטיוואַל. דאָס יאָר האָבן אין „לימוד‟ אָנטייל גענומען איבער 1.5 טויזנט מענטשן. דער פֿעסטיוואַל איז פֿאָרגעקומען אין אַ האָטעל ניט ווײַט פֿון מאָסקווע און האָט געדויערט 3 טעג. די פּראָגראַם האָט אײַנגעשלאָסן אַ פּאָר הונדערט סעסיעס: רעפֿעראַטן וועגן דער ייִדישער געשיכטע, וועגן באַרימטע ייִדן, וועגן דער ייִדישער ליטעראַטור און ייִדישקייט. עס זענען געווען קאָנצערטן, ישׂראלדיקע און ייִדישע פֿילמען, באַגעגענישן מיט באַרימטע פּאָליטיקער, געלערנטע, רעזשיסאָרן, זינגער און אַזוי ווײַטער. די ייִדישע פֿאַרלאַגן האָבן פֿאָרגעשטעלט זייער פּראָדוקציע.

גאַנץ אומדערוואַרט איז געווען דער סקאַנדאַל, וואָס האָט פּלוצעם אויסגעבראָכן אין פֿייסבוק. דאָרטן האָט איינער פֿון די אָנטיילנעמער אַרויפֿגעשטעלט בילדער פֿון דער סעסיע „ייִדישער סעקס‟. אומדערוואַרט האָט אויסגעזען די רעאַקציע פֿון דעם רבֿ בײַ דער גרויסער מאָסקווער כאָר־שיל, מאיר מאַנעוויטש. ער איז דער הויפּט פֿונעם גיור־דעפּאַרטאַמענט און איז באַרימט ווי איינער פֿון די ליבעראַלסטע און טאָלעראַנטסטע רבנים פֿון דער רוסלענדישער אָרטאָדאָקסיע. האָט ער אָנגעשריבן, אַז כאָטש „לימוד‟ איז אַ גרויסע געשעעניש אינעם ייִדישן לעבן, קען ער ניט רעקאָמענדירן זײַנע חבֿרים, תּלמידים און יעדן, וואָס וויל זיך מגייר זײַן, צו באַזוכן די פּראָגראַם, ניט נאָר צוליב דעם חילול שבת ברבים, וואָס קומט דאָרטן פֿאָר, נאָר אויך ווײַל ער קען ניט אָננעמען די טעמעס, וועלכע מע רעדט דאָרטן אַרום אין אַ געמישטן קהל (מענער און פֿרויען), מיט גאָר אומבאַשיידענע בילדער, שפּעט בײַ נאַכט.

זײַן אויפֿטריט האָט געבראַכט צו אַ גרויסן סקאַנדאַל. עטלעכע רבנים האָבן געענטפֿערט, אַז זיי נעמען יאָ אָנטייל אין דער פּראָגראַם, און האָבן ניט קיין חרטה; אַדרבא, ס’איז כּדאַי זיך צו באַטייליקן אין אַזאַ אויפֿטו, כּדי צו מאַכן אים מער רעליגיעז. אַנדערע האָבן געענטפֿערט, אַז „לימוד‟ הערט אויף צו זײַן אַ ייִדישער אויפֿטו, ווען ער אָרגאַניזירט אַזעלכע אונטערנעמונגען. נישט געקוקט אויף דעם סקאַנדאַל, מוז מען זאָגן, אַז „לימוד‟ איז מצליח געווען צוצוציִען אַ גרויסן און ברייטן עולם.

טרעפֿונג מיטן שרײַבער פֿונעם בוך „טאַנצנדיקע אין אוישוויץ‟

דאָס רובֿ אַנדערע נײַעס אויף דער ייִדישער גאַס אין מאָסקווע זענען פֿאַרבונדן מיטן נצחון־טאָג דעם 9טן מײַ. אַ סך רוסלענדישע ייִדן דערמאָנען אין דעם טאָג זייערע אומגעבראַכטע קרובֿים און פֿרײַנד. דער פּראָיעקט „אשכּולות‟ האָט דורכגעפֿירט דעם 26סטן אַפּריל אַ באַגעגעניש וועגן דעם חורבן. פּאַול גלאַסער, דער מחבר פֿונעם בוך „טאַנצנדיקע אין אוישוויץ‟, האָט דערציילט די לעבנס־געשיכטע פֿון זײַן מומע, וואָס איז געווען אַ קאַצעטלערין און איז לעבן געבליבן, אַ דאַנק אירע טאַנץ-לעקציעס פֿאַר די „עס־עס‟־אָפֿיצירן. ער האָט פֿאָרגעשטעלט אַ רײַכן פֿאָטאָ־מאַטעריאַל, וואָס ער האָט געפֿונען בעת זײַנע פֿאָרשונגען.

דאָס קאָמיק־ביכל „מײַז‟ אַרויסגענומען פֿון פֿאַרקויף

נאָך אַ ידיעה פֿון דער ביכער־וועלט, וואָס איז פֿאַרבונדן מיט דעם אָנדענק פֿונעם חורבן. אין די גרעסטע מאָסקווער ביכער־קראָמען האָט מען פֿאַרווערט צו פֿאַרקויפֿן אַרט שפּיגעלמאַנס קאָמיק „מויז‟, וואָס דערציילט וועגן חורבן. די נאַציס ווערן דאָרטן אָפּגעשפּיגלט אין געשטאַלט פֿון קעץ, און די ייִדן — אין געשטאַלט פֿון מײַז. דער קאָמיק איז אַ וואָרעניש פֿון אַלע פֿאָרמען פֿון פֿאַשיזם און נאַציזם. אָבער די דירעקטאָרן פֿון די מאָסקווער ביכער־קראָמען האָבן זיך דערשראָקן, זעענדיק אויף דער הילע פֿונעם בוך אַ האַקנקרייץ, און האָבן באַפֿוילן אַרויסצונעמען דאָס ביכל פֿון די קראָמען, ווײַל ערבֿ דעם נצחון־טאָג טאָר מען ניט פֿאַרקויפֿן גאָרנישט, וואָס קען פֿאַרטײַטשט ווערן ווי אַ פּראָפּאַגאַנדע פֿון נאַציזם.

לעקציעס: „ייִדישע קינסטלער פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד‟

צו די אַנדערע נײַעס. דעם 28סטן אַפּריל איז אין דעם נײַעם מאָסקווער ייִדישן מוזיי אין די ראַמען פֿון דער אויסשטעלונג „ייִדישע קינסטלער פֿונעם רוסישן אַוואַנגאַרד‟, פֿאָרגעקומען אַ סימפּאָזיום פֿון קונסטפֿאָרשער. די פֿאָרזיצערין איז געווען אַלכּסנדרה שאַטסקיך, קונסט־פֿאָרשערין פֿון ניו־יאָרק, אַ גרויסע קענערין פֿון קאַזימיר מאַלעוויטשעס שאַפֿן. די רעפֿעראַטן זענען געווען געווידמעט מאַרק שאַגאַל, יעקבֿ קאַגאַן־שאַבשאַי, איליאַ קאַבאַקאָוו און עריק בולאַטאָוו. די אויסשטעלונג וועט זײַן אָפֿן ביז סוף מײַ.

די ידיעות פֿון מאָסקווע, ווי אויך ייִדישע נײַעס פֿון אַנדערע לענדער איבער דער וועלט, קאָן מען הערן יעדן טאָג אין אונדזער ראַדיאָ־פּראָגראַם „דער פֿאָרווערטס־קול‟.