דער אַרגענטינער אויסערן־מיניסטער העקטאָר טימערמאַן האָט דינסטיק, דעם דעם 28סטן אַפּריל צוגעשטעלט זײַן דימיסיע װי אַ מיטגליד פֿון דער בוענאָס־אײַרעסער קהילה, און געפֿאָדערט בײַם פֿאָרזיצער, לעאָנאַרדאָ כמעלניצט, ער זאָל אינטערװענירן פֿאַר דער „דאַיאַ‟, זי זאָל אויפֿהערן צו רעדן אין נאָמען פֿון אַלע ייִדן. אין אַ לאַנגן בריװ פֿון איבער דרײַ זײַטלעך האָט ער פֿירגעװאָרפֿן די ייִדישע צענטראַלע אינסטיטוציעס, אַז זיי שטערן, זינט יולי 1994, אויספֿאָרשן דעם אַטענטאַט אויפֿן קהילה־בנין; נישט האָבן פֿאַרטיידיקט די ייִדן בעת דער מיליטערישער דיקטאַטור, רעדן אין נאָמען פֿון אַלע משפּחות, װאָס האָבן אָנגעװוירן אַ מיטגליד בעתן אַטענטאַט, און זײַן קעגן די שריט פֿון דער רעגירונג אויפֿצוקלערן די אַטאַקעס אויף דער אַמבאַסאַדע און אויפֿן קהילה־בנין. די קהילה האָט גלײַך געענטפֿערט, אַז די פֿאַרװאַלטונג װעט באַהאַנדלען דעם ענין פּונקט װי מען טוט מיט אַלע אָנגעקומענע בריװ און צוגעגעבן, אַז אַזוי רעאַגירט די רעגירונג, װען עמעצער װאַגט אַרויסזאָגן אַן אַנדער מיינונג.
דאָס איז אַ קאָנסעקװענץ פֿון אַ קאַמפּיין, װאָס די רעגירונג האָט אָנגעהויבן ערבֿ דעם טויט פֿון פּראָקוראָר ניסמאַן, װען ער האָט טימערמאַנען, די פּרעזידענטין און אַנדערע באַאַמטע באַשולדיקט אין װילן פֿאַרטיידיקן די איראַנער באַשולדיקטע און זיי באַפֿרײַען פֿונעם חשד, אַז זיי האָבן דורכגעפֿירט ביידע אַטענטאַטן.
די רעגירונג האָט אויך סטימולירט און געשטיצט אַ פֿאַרזאַמלונג פֿון „אַרגענטינער פֿון ייִדישן אָפּשטאַם‟, װי זיי האָבן זיך דעפֿינירט. דאָס איז אַ גרופּע ייִדישע אינטעלעקטואַלן, װאָס שטיצן די רעגירונג און האָבן דערקלערט, אַז זיי לייקענען די פֿאָרשטייערשאַפֿט פֿון ביידע צענטראַלע אינסטיטוציעס. פֿאַררופֿן האָט דעם „קאָנגרעס‟ דער געװעזענער דירעקטאָר פֿון דער „דאַיאַ‟, כאָרכע עלבאַום, װאָס איז אָפּגעזאָגט געװאָרן מיט אַ פּאָר יאָר צוריק און האָט אָנגעהויבן אַרבעטן װי אַן „אַמבאַסאַדאָר פֿאַר חורבן־פֿאָרומס‟ אין אויסערן־מיניסטעריום.
די פֿאַרזאַמלונג איז פֿאָרגעקומען אין אַ סינדיקאַט און עס האָבן זיך באַטייליקט אַ 300 פּערזאָן. די טעמעס זײַנען פֿאַרװאַנדלט געװאָרן אין װאַרפֿן פּעך און שװעבל אויף דער ייִדישער פֿירערשאַפֿט, שטיצן דעם אָפּמאַך מיט איראַן, פֿאַרטיידיקן די אַרגענטינער אויסערן־פּאָליטיק און װערן אויך פֿאָרשטייער פֿון ייִדן אין אַרגענטינע.
די „דאַיאַ‟ און די קהילה האָבן דערװײַל נישט אַרויסגעגעבן קיין אָפֿיציעלע דעקלאַראַציע, נאָר אין די רעדעס, װאָס די פֿאָרזיצער האָבן געהאַלטן אויף די אַקטן, װוּ מען האָט דערמאָנט דעם אויפֿשטאַנד אין װאַרשעװער געטאָ, יום־הזכּרון פֿון די געפֿאַלענע אין ישׂראל אין מלחמות און אַטענטאַטן, און אין יום־העצמאות האָט מען שאַרף רעאַגירט קעגן דער שטעלונג פֿון „די אָפּטריניקע װאָס גראָבן־אונטער די אייניקייט פֿון ייִשובֿ‟
די לאַגע איז פֿאַרשאַרפֿט געװאָרן, װען די פּרעזידענטין קריסטינאַ קירכנער האָט פּובליקירט אַ „טויִט‟, אַ פֿאָרעם װאָס זי האָט שטאַרק ליב צו באַניצן, װוּ זי שרײַבט, אַז ניסמאַן האָט באַקומען געלט פֿון די אויסלענדישע פֿאָנדן פֿון ייִדישע פֿינאַנסיסטן מיט פּאָל זינגער בראָש, אויף צו שאַפֿן אַן אומצוטרוי צו דער אַרגענטינער רעגירונג און איר פּאָליטיק; אַז ניסמאַן איז פֿאַקטיש געװען אַן אַגענט פֿון דער ס. י. איי. און פֿונעם „מוסד‟, און אַלץ װאָס ער האָט געטאָן, איז געװען צוליב געלט, װײַל מען האָט געפֿונען אַ קאָנטע אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן, װאָס ער האָט געהאַלטן בסוד. דאָס האָט זי געשריבן ערבֿ איר רײַזע קיין רוסלאַנד, וווּ זי האָט אונטערגעשריבן עקאָנאָמישע אָפּמאַכן מיט פּוטינען. אין אַ צײַט, װען אָבאַמאַ דערנענטערט זיך צו קובאַ, דערװײַטערט זיך אַרגענטינע פֿון די פֿאַראייניקטע שטאַטן, און זי דערנענטערט זיך צו כינע און רוסלאַנד. זי קריטיקירט כּסדר די רעפּובליקאַנער און אָבאַמאַן, און נעמט זיך אָן די קריװדע אויף דער נעבעכדיקער װענעזועלאַ.
זשורנאַליסטן און ייִדישע פֿאָרשטייער האָבן אַנאַליזירט אירע רייד און פֿאַרגלײַכט אירע קאָמענטאַרן מיט די אַנטיסעמיטישע „פּראָטאָקאָלן פֿון די זקני־ציון‟.
דאָס איז נאָך אַ פּרוּװ צו באַשמוצן ניסמאַנען און דעם ייִשובֿ, װאָס האָבן געװאַגט זיך שטעלן קעגן דער אַרגענטינער פּאָליטיק לגבי איראַן, אין שײַכות מיט די אַטענטאַטן, אַזוי האָט דערקלערט די קהילה, מיטװאָך דעם 29סטן אַפּריל.
די רעגירונג האָט אָנגעקלאָגט אין געריכט דעם געװעזענעם דירעקטאָר פֿון דער אַרגענטינער שפּיאָנאַזש־אַגענטור, כאַימע סטיוסאָ, װאָס איז באַזײַטיקט געװאָרן אין חודש דעצעמבער. דער דירעקטאָר אָסקאַר פּאַרילי גיט אָן, אַז ער האָט געשטערט דער אויספֿאָרשונג פֿון ביידע אַטענטאַטן, באַהאַלטן בכּיװן אינפֿאָרמאַציע און זיך נישט צוגעשטעלט צו אַן אויספֿאָרשונג פֿון דער פֿעדעראַלער אַגענץ. ער באַשולדיקט אים אויך אין פֿירן נישט לעגאַלע געשעפֿטן מיט „אומדערטרעגלעכער אויפֿפֿירונג פֿון אַ נאַציאָנאַלן באַאַמטן‟. סטיוסאָ האָט מיטגעאַרבעט מיט ניסמאַנען, װען דער פּרעזידענט נעסטאָר קירכנער האָט זיי פֿאָרגעשטעלט און געבעטן אויספֿאָרשן דעם אַטענטאַט, מיט 10 יאָר צוריק. זינט ניסמאַנס טויט מיינט מען, אַז ער האָט פֿאַרלאָזט דאָס לאַנד און געפֿינט זיך אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן.
אין עלטער פֿון 99 יאָר איז שבת, דעם 25סטן אַפּריל געשטאָרבן אין בוענאָס־אײַרעס, משה סמאָלאַרטשיק־ברענער, באַקאַנט אונטער דעם פּסעװדאָנים בען מאָלאַר. זײַן לעבן איז געװען פֿאַרבונדן מיט מוזיק, קונסט און פּאָעזיע. געשריבן און איבערגעזעצט לידער, װאָס זײַנען געװאָרן שטאַרק פּאָפּולער אין לאַטײַן־אַמעריקע, פֿאַרשפּרייט און סטימולירט קינסטלער און געאַרבעט מעשׂים צו פֿאַרשפּרייטן טאַנגאָ איבער דער װעלט. ער האָט אַרויסגעגעבן קונסטביכער, פּאַרטיטורן און רעקאָרדירונגען. ער איז געװען שטאָלץ מיט זײַן ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס ער האָט קיין מאָל נישט געלייקנט, און מיטגעאַרבעט כּסדר מיטן אַרגענטינער „ייִװאָ‟.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.