יעדן טאָג, בערך 10,000 אַמעריקאַנער פֿונעם נאָך־מלחמהדיקן דור, וועלכער האָבן שטאָלצירט מיטן לאָזונג — „סעקס, נאַרקאָטיקן און ראָקן־ראָל‟, — דערגרייכן דעם עלטער פֿון 65 יאָר.
נישט געקוקט אויף דער סעקסועלער רעוואָלוציע פֿון די 1960ער יאָרן, הערשט נאָך אַלץ אין דער אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט דאָס פּוריטאַנישע עם־הארצות, שטילשווײַגן און חשדים לגבי סעקס. למשל, ווען אַ מאַן אָדער אַ פֿרוי ווערן דיאַגנאָזירט אויף דער אַלצהײַמער־קרענק, איז מער נישט קלאָר, צי דאָס פּאָרפֿאָלק מעג ווײַטער פֿירן אַ נאָרמאַל סעקסועל לעבן. עס באַווײַזן זיך זײַטיקע מענטשן, וועלכע דיקטירן, וואָס די עלטערע מענער און פֿרויען מעגן טאָן אין בעט.
דאָנאַ רייהאָנס וווינט הײַנט אין אַ מושבֿ־זקנים. כּמעט מיט אַ יאָר צוריק, האָט איר מאַן, הענרי רייהאָנס, פֿאַרבראַכט אַ טאָג מיט זײַן פֿרוי, און איז באַשולדיקט געוואָרן אין סעקסועלער באַלעסטיקונגען. די 10 אײַנגעשוווירענע, וואָס האָבן זיך פֿאַרזאַמלט אינעם געריכט, האָבן באַשלאָסן, אַז דער מאַן איז נישט שולדיק, ווײַל עס בלײַבט נישט קלאָר, צי ער האָט טאַקע געהאַט אַן אינטימען קאָנטאַקט מיט זײַן ווײַב. דערצו, אויב ער האָט עס יאָ געטאָן, מיינט עס נישט, אַז זי האָט עס נישט געוואָלט. די פֿרוי אַליין האָט קיינער נישט געפֿרעגט; דער מושבֿ־זקנים האָט געפּסקנט, אַז זי איז נישט בײַ זיך, און דערפֿאַר קאָן זי נישט מסכּים זײַן פֿרײַוויליק צו שלאָפֿן מיט איר מאַן.
דער סטערעאָטיפּ, לויט וועלכן די אינטימע באַציִונגען ווערן אַסאָציִיִרט מיטן יונגן דור, איז ברייט פֿאַרשפּרייט אין אַמעריקע. אַפֿילו פּראָפֿעסיאָנעלע דאָקטוירים, וואָס פֿאַרנעמען זיך מיט פּענסיאָנערן, באַטראַכטן זעלטן דעם דאָזיקן ענין. נישט אומעטום איז עס אָבער אַזוי. אונדזער „העבעריִשער היים‟ אין ריווערדייל, בראָנקס, גלייבט בפֿירוש, אַז די עלטערע לײַט האָבן דאָס רעכט אָנהייבן און פֿירן אַ ראָמאַן מיט וועמען זיי ווילן. אַדרבה, אויב זייער פֿיזישער מצבֿ שטערט נישט זייער אינטים־לעבן, מוזן די מיטאַרבעטער פֿונעם מושבֿ־זקנים זיך געבן אַן עצה זיי צו העלפֿן.
אויב אַפֿילו אַן עלטערער פּאַציענט איז עובֿר־בטל, מיינט עס נישט, אַז ער אָדער זי קאָן נישט מאַכן אַן אייגענעם באַשלוס. דערצו, טרעפֿן זיך בײַ אַזעלכע מענטשן צײַט־פּעריאָדן, ווען זיי פֿילן זיך בעסער און ווילן זיך דערמאָנען אין די יונגע יאָרן. די קינדער און אַנדערע קרובֿים פֿון די עלטערע לײַט דאַרפֿן וויסן און פֿאַרשטיין, אַז סעקסועלע באַציִונגען זענען אַ געזונטער און וויכטיקער טייל פֿונעם לעבן אין יעדן עלטער.
דער מישפּט איבער הענרי רייהאָנס איז אַ בולטער בײַשפּיל פֿון די צוריקגעהאַלטענע סטערעאָטיפּן, לויט וועלכע מע מוז, כּלומרשט, אָפּהיטן די זקנים פֿון אינטימע קאָנטאַקטן. אַוודאי, טאָרן מיר נישט דערלאָזן עמעצן צו פֿאַרגוואַלדיקן אַן אַלטיטשקע; דאָס מיינט אָבער נישט, אַז מיר דאַרפֿן זי באַטראַכטן ווי אַ קליין קינד, וואָס טאָר נישט מאַכן אייגענע באַשלוסן און פֿירן אַן אַקטיוו סעקסועל לעבן. פֿאַרקערט, ווי עס ווײַזן אַ סך פֿאָרשונגען, זענען די עלטערע מענטשן דווקא מער צופֿרידן מיט סעקסועלע באַציִונגען, אין פֿאַרגלײַך מיט די יונגע־לײַט, אויב אַפֿילו זיי טוען עס נישט אַזוי אָפֿט.
לויט דער ייִדישער טראַדיציע, זענען די סעקסועלע באַציִונגען צווישן מאַן־און־ווײַב אַ גרויסע מיצווה. אויב אַפֿילו די פֿרוי קאָן נישט האָבן קיין קינדער, מוז דער מאַן זי ווײַטער משׂמח זײַן אין בעט במשך פֿונעם גאַנצן לעבן. אונדזער טראַדיציע נייטיקט זיך זיכער נישט אין קיין רשות פֿון אַ געריכט מיט אײַנגעשוווירענע, ווען עס קומט צו דעם דאָזיקן געזונטן און נאָרמאַלן ענין.
* דניאל ריינגאָלד איז דער פּרעזידענט און הויפּט־פֿאַרוואַלטער פֿון דער מעדיצינישער אָרגאַניזאַציע אין ריווערדייל, וועלכער פֿירט אָן מיטן דערמאָנטן ייִדישן מושבֿ־זקנים.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.