וואָס מאַכט אַ ייִד אין באַלטימאָר

Background of Baltimore Jews

ייִדן און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער רייניקן אויס די באַלטימאָרער גאַסן נאָך די פּראָטעסטן, דעם 28סטן אַפּריל
Melissa Gerr/Baltimore Jewish Times
ייִדן און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער רייניקן אויס די באַלטימאָרער גאַסן נאָך די פּראָטעסטן, דעם 28סטן אַפּריל

פֿון דזשולי ווינער (ייִט״אַ)

Published May 05, 2015, issue of May 29, 2015.

נאָך דעם ווי פֿרעדי גריי, אַן אַפֿראָ־אַמעריקאַנער תּושבֿ פֿון באַלטימאָר, איז אומגעקומען אין טורמע נאָכן געשלאָגן ווערן דורך די פּאָליציאַנטן, האָט עס אַרויסגערופֿן אַ כוואַליע אומרוען אין דער שטאָט, וווּ די אָרטיקע פּאָליציי האָט אַ ברוטאַלע רעפּוטאַציע און וווּ עס הערשט אַ טיפֿע עקאָנאָמישע אומגלײַכקייט און ראַסע־קאָנפֿליקטן. מאָנטיק, דעם 27סטן אַפּריל, האָבן די פּראָטעסטן זיך אויסגעגאָסן אין ערנסטע געשלעגן צווישן די פּאָליציאַנטן און דעמאָנסטראַנטן.

ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז באַלטימאָר איז אויך די היים פֿון אַ גרויסער ייִדישער קהילה פֿון בערך 42,500 משפּחות. לויט אַן אָרטיקער קהילה־שטודיע פֿונעם יאָר 2010, איז די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין דער שטאָט געשטיגן פֿון 1999 ביז דעמאָלט אויף 16 פּראָצענט.

אין פֿאַרגלײַך מיט אַ סך אַנדערע אַמעריקאַנער שטעט מיט אַ ממשותדיקער ייִדישער באַפֿעלקערונג, זענען די באַלטימאָרער ייִדן, בדרך־כּלל, מער טראַדיציאָנעל. דער וואַקסנדיקער אָרטאָדאָקסישער צענטער באַטרעפֿט 32 פּראָצענט; בערך אַ פֿערטל זענען קאָנסערוואַטיווע ייִדן, 23 פּראָצענט — רעפֿאָרמער, און 13 פּראָצענט — וועלטלעכע אָדער אומאַפֿיליִיִרטע. בלויז 20 פּראָצענט צווישן די אָרטיקע חתונה־געהאַטע ייִדן זענען אַ טייל פֿון געמישטע פּאָרפֿעלקער.

היסטאָריש גערעדט, האָבן די ייִדישע אימיגראַנטן אַמאָל געוווינט אין דזשאָנסטאַון, אַ קוואַרטאַל אינעם מיזרחדיקן טייל פֿון באַלטימאָר. צוליב דער גרויסער צאָל ייִדן, האָט די געגנט באַקומען דעם פּעיאָראַטיוון צונאָמען „דזשוסטאַון‟ — „די ייִדישע שטאָט‟. הײַנט וווינען ס׳רובֿ ייִדן אין די צפֿון־מערבֿדיקע שטאָטישע ראַיאָנען און די אַרומיקע פֿאָרשטעט. די באַפֿעלקערונג פֿון איין ראַיאָן, דער צפֿונדיקער טייל פֿון פּאַרק־הײַטס, שטעלט מיט זיך פֿאָר אַ געמיש פֿון פֿרומע ייִדן, אַפֿראָ־אַמעריקאַנער פֿונעם מיטעלן קלאַס און אימיגראַנטן פֿון פֿאַרשיידענע לענדער. אין די לעצטע יאָרן, האָבן אַ סך ייִדן זיך באַזעצט אין דער שטאָט און אויפֿגעלעבט די היסטאָרישע שיל „בני־ישׂראל‟. אינעם דרומדיקן טייל פֿון באַלטימאָר וואַקסט אויך אַ ממשותדיקע קהילה פֿון בערך 3,700 ייִדישע משפּחות.

אַ סך באַלטימאָרער ייִדן האָבן זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם קאַמף פֿאַר ציווילע רעכט. פֿון דער צווייטער זײַט, האָבן אַ סך ייִדישע געשעפֿטן געשטיצט די פּאָליטיק פֿון ראַסע־סעגרעגאַציע. מערילענד איז געווען אַ ראַסיסטישער שקלאַפֿערײַ־שטאַט. ווען מאַרטין לוטער קינג איז דערמאָרדעט געוואָרן אינעם יאָר 1968, זענען זעקס מענטשן דערהרגעט און 700 פֿאַרוווּנדעט געוואָרן בעת די גאַסן־אומרוען. נישט ווייניק ייִדישע הײַזער און געשעפֿטן זענען דעמאָלט צעשעדיקט געוואָרן. צוליב די דאָזיקע געשעענישן, האָבן אַ סך ייִדן פֿאַרלאָזט די שטאָט.

אינעם יאָר 2010, איז אין פּאַרק־הײַטס פֿאָרגעקומען אַ פּראָטעסט צווישן די פֿרומע ייִדן און אַפֿראָ־אַמעריקאַנער, נאָך דעם ווי אַ מיטגליד פֿון די „שומרים‟, די אָרטיקע ייִדישע שוץ־מיליץ, איז אַרעסטירט געוואָרן פֿאַרן שלאָגן אַ שוואַרצן בחור. פֿאַראַכטאָגן שבת, האָבן די אָרטיקע ייִדישע אינסטיטוציעס אָרגאַניזירט אַ פֿרידלעכן פּראָטעסט קעגן דעם פּאָליציי־מאָרד פֿון פֿרעדי גריי. אין דער זעלבער צײַט, זענען אַ סך ייִדישע שולן געבליבן פֿאַרמאַכט צוליב די גאַסן־פּראָטעסטן. הרבֿ נחום קאַצענעלענבאָגען, אַן אָרטיקער ליובאַוויטשער שליח, האָט אַפֿילו עוואַקויִרט די ספֿר־תּורהס פֿון זײַן שיל.