ייִדישע קהילות: גרעסער איז בעסער

Jewish Communities: Size Matters

Image: Anya Ulinich

פֿון סטיווען כּהן און מיכל ביטאָן* (Forward)

Published May 06, 2015, issue of May 29, 2015.

ווען עס גייט אַ רייד וועגן ייִדישע קהילות, איז די צאָל פֿון זייערע מיטגלידער טאַקע וויכטיק? לויט די סטאַטיסטישע פֿאָרשונגען, האַלט די נישט־אָרטאָדאָקסישע קהילה אין איין קלענער ווערן, צוליב דעם הויכן פּראָצענט פֿון געמישטע חתונות, קליינער צאָל קינדער און אָפּגעפֿרעמדטקייט פֿונעם אָרגאַניזירטן ייִדישן לעבן.

די קריטיקער פֿון דעמאָגראַפֿישע באַריכטן טענהן, אַז וויכטיק איז די קוואַליטעט פֿון דער ייִדישער קהילה, נישט די קוואַניטעט. פּראָפֿ׳ שאול מגיד, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿון חסידות, פֿאַררופֿט זיך אין זײַן אַנומלטיקן אַרטיקל אינעם Forward אויף דעם קאָצקער רבין, וועלכער האָט אַמאָל געזאָגט: „גיט מיר אמתדיקע ייִדן, און איך וועל מאַכן אַן אַנדער וועלט‟. מגיד, אויפֿן סמך פֿונעם גרויסן חסידישן צדיק, האַלט, אַז כּל־זמן עס זענען פֿאַראַן אין דער וועלט ייִדישע יחידים, וואָס ברענגען אַרײַן דעם שעפֿערישן חידושדיקן גײַסט, דאַרף מען זיך נישט זאָרגן וועגן טרוקענע ציפֿערן.

יהודה קורצער, דער פּרעזידענט פֿונעם „מכון אויפֿן נאָמען פֿון שלום האַרטמאַן‟, אַ באַקאַנטער מאָדערן־אָרטאָדאָקסישער בילדונג־ און פֿאָרש־אינסטיטוט, חזרט איבער אין זײַן אַרטיקל, וואָס איז אויך דערשינען אינעם Forward, פֿאַקטיש דעם זעלבן אַרגומענט. דאָס גאַנצע ייִדישע פֿאָלק האָט זיך אָנגעהויבן פֿון איין קינד, יצחק אָבֿינו. קיינער טענהט נישט, אַז אַבֿרהם און שׂרה האָבן געהאַט צו ווייניק קינדער. אַנשטאָט צו פֿירן מעכאַנישע חשבונות, דאַרף מען זיך פֿאָקוסירן אויפֿן איכות פֿון די ייִדישע קהילות.

אַ סך ייִדישע פֿאָרשער און דענקער זענען מסכּים, אַז דער סטערעאָטיפּישער צוגאַנג, לויט וועלכן די ייִדן בלײַבן אין אַ פּערמאַנענטער סכּנה פֿון אַסימילאַציע און פֿאַרשווינדונג, איז נישט אַ „היסטאָרישער‟, נאָר גיכער אַ „היסטערישער‟. די אמתע געשיכטע ווײַזט, אַז אין אַמעריקע האָט זיך געשאַפֿן און זיך אַנטוויקלט אַן אייגנאַרטיקע ייִדישע קולטור, וואָס נעמט איצט אָן נײַע חידושדיקע פֿאָרעמס.

צי זענען אָבער די דערמאָנטע קריטיקער פֿון דעמאָגראַפֿישע חשבונות טאַקע גערעכט? וואָס שייך די אָרטאָדאָקסישע קהילות, איז טאַקע קלאָר, אַז מע דאַרף זיך נישט זאָרגן וועגן זייער אַסימילאַציע. וועגן די, וואָס זענען שוין אַסימילירט, איז אויך נישטאָ וואָס צו רעדן. די פּראָבלעם באַשטייט אָבער אין דעם, אַז בײַ די אַנדערע ברייטע שיכטן ייִדן, וואָס זענען נישט צו פֿרום, אָבער זענען אַקטיוו באַשעפֿטיקט אינעם קהילה־לעבן, ווערט די צאָל קלענער פֿון דור צו דור.

די קוואַליטעט איז טאַקע נישט אַוועקצומאַכן מיט דער האַנט. ס׳איז זיכער שיין צו לעבן אין אַ קהילה, וואָס איז דורכגעזאַפּט מיט אַן עכטן לעבעדיקן ייִדישן גײַסט. אָבער ווען די קינדער גייען אין זייער טאָגשול אָדער זומער־לאַגער, ווילן זיי זען אַ סך אַנדערע ייִדישע קינדער. אַ שיל קאָן זײַן פֿול מיט גוואַלדיקע תּלמידי־חכמים, אָבער ס׳איז נאָך וויכטיקער, אַז דאָרט זאָל זיך פֿאַרזאַמלען אַ גרויסער מנין. דערצו, אויב מיר ווילן, אַז די אַמעריקאַנער ייִדן זאָלן ווײַטער קענען משפּיע זײַן אין דער פּאָליטישער ספֿערע, העלפֿן אונטערגעדריקטע ייִדן אין אַנדערע לענדער, און אַוודאי אָנהאַלטן די גוטע באַציִונגען צווישן אַמעריקע און ישׂראל, איז די צאָל ייִדן טאַקע זייער וויכטיק.

יעדער מענטש אין דער וועלט איז אַן אוניקאַלע באַשעפֿעניש, אַ יחיד־במינו, באַשאַפֿן בצלם־אלוקים. יעדער ייִד איז טײַער. פֿונדעסטוועגן, געפֿינען מיר אין דער תּורה אויך אַ סך פּסוקים וועגן דער וויכטיקייט פֿון געזונטע סאָציאַלע באַציִונגען אין אַ גרויסן ייִדישן ציבור. די ערשטע מיצווה אינעם חומש איז דאָך „פּרו ורבֿו‟ — צו האָבן קינדער. דער אייבערשטער האָט געבענטשט אונדזערע אָבֿות, זייערע אייניקלעך זאָלן פֿאַרוואַנדלט ווערן אין אַ ריזיק פֿאָלק, פֿיל־צאָליק ווי די שטערן אינעם הימל און די זאַמדעלעך בײַם ים.

דערפֿאַר האַלטן מיר, אַז די דעמאָגראַפֿישע חשבונות זענען יאָ וויכטיק. ס׳איז טרויעריק, אַז אַ דורכשניטלעכע נישט־אָרטאָדאָקסישע ייִדישע משפּחה אין אַמעריקע האָט ווייניקער ווי צוויי קינדער; ס׳איז מערקווירדיק, אַז 80 פּראָצענט רעפֿאָרם־ייִדן האָבן חתונה מיט נישט־ייִדן; ס׳איז אויך אמת, אַז מער ווי צוויי מיליאָן מענטשן, וואָס שטאַמען פֿון ייִדישע משפּחות, באַטראַכטן זיך בכלל נישט ווי ייִדן. סײַ דאָס איכות, סײַ דאָס כּמות, מוז ערנסט גענומען ווערן אין באַטראַכט.


מיכל ביטון שרײַבט אַ דאָקטאָראַט וועגן דער סאָציאָלאָגיע פֿון צפֿון־אַפֿריקאַנער ספֿרדים בײַם ניו־יאָרקער אוניווערסיטעט. פּראָפֿ׳ סטיווען כּהן פֿאָרשט די ייִדישע דעמאָגראַפֿיע אינעם „העברעיִשן יוניאָן־קאָלעדזש‟.