דער ייִוואָ איז שוין אַ בן־תּישעים. דעם יסוד פֿאַרן ייִדישן וויסנשאַפֿטלעכן אינסטיטוט האָט מען פֿאַרלייגט אין בערלין, דאָרטן איז די אידעע קריסטאַליזירט געוואָרן. ווי עס דערמאָנט אונדז צירל קוזניץ אין איר געשיכטע פֿון די פֿריִע יאָרן פֿון ייִוואָ, איז פֿאַר ס׳רובֿ אינטעלעקטואַלן, וואָס האָבן זיך מיט דער דאָזיקער אידעע אַרומגעטראָגן, ניט ווילנע, נאָר אַנדערע, גרעסערע מערבֿ־אייראָפּעיִשע שטעט, בערלין בתוכם, געווען דאָס ריכטיקע אָרט, וווּ אַזאַ אינסטיטוט האָט געדאַרפֿט פֿונקציאָנירן.
אָבער דער גורל האָט אַזוי אַ דריי געטאָן, אַז דווקא אין ווילנע האָט דער געדאַנק וועגן שאַפֿן אַ ייִדישן אַקאַדעמישן צענטער געפֿונען אַן ענטוזיאַסטישן אָפּקלאַנג. קודם־כּל, האָט אין ווילנע זיך באַזעצט מאַקס ווײַנרײַך, וואָס איז געווען ניט בלויז אויסערגעוויינטלעך טאַלאַנטירט ווי אַ געלערנטער, נאָר אויך זייער פֿעיִק ווי אַן אָרגאַניזאַטאָר, אַ פֿירער. און די בערך 15 יאָר, וואָס דער ייִוואָ האָט אַזוי אָדער אַנדערש פֿונקציאָנירט אין ווילנע, זײַנען געוואָרן אַ לעגענדע, און אַ מעכטיקע לעגענדע.
זי איז אויף אַזויפֿיל מעכטיק, אַז צו מאָל קען זיך שאַפֿן אַן אײַנדרוק, אַז הינטער איר האָבן זיך גלײַך ווי פֿאַרבאַהאַלטן די איבעריקע 75 יאָר, אין משך פֿון וועלכע דער אינסטיטוט געפֿינט זיך אין ניו־יאָרק. אין דער אמתן, איז אין די 75 יאָר אויפֿגעטאָן געוואָרן אַ ריזיקע אַרבעט, וואָס קיין לעגענדע טאָר ניט פֿאַרשטעלן. דירעקט צי אומדירעקט איז אַ דאַנק דעם אינסטיטוט, אויסגעוואַקסן און אויסגעשולט געוואָרן די הײַנטיקע אַקאַדעמישע וועלט פֿון ייִדיש. און דאָס איז פֿאַקטיש געווען די צענטראַלע טעמע בײַם אָפּמערקן דעם 90־יאָריקן יוביליי זונטיק, דעם 3טן מײַ.
קלמן ווײַזערס לעקציע וועגן מאַקס ווײַנרײַכס אַמעריקאַנער יאָרן האָט געשאַפֿן זייער אַ גוטע פֿאַרבינדונג צווישן די ווילנער יאָרן און דער אַמעריקאַנער תּקופֿה. אין אַ גרויסער מאָס „אַמעריקאַניש‟ זײַנען געווען אויך צוויי דיסקוסיעס, מיט אַן אָנטייל פֿון פֿירנדיקע געלערנטע: „ייִוואָ און דער חורבן: פֿאָרשונג, בילדונג און מעמאָריאַליזאַציע‟ און „אוניווערסיטעט פֿאַר אַלעמען: ייִוואָ, וויסנשאַפֿט און ייִדישע בילדונג‟. (די פֿולע פּראָגראַם פֿון דער שׂימחה קען מען זען אין yivo.org/events/index.php?tid=205&aid=1359). הגם די שטימונג איז געווען אַ יום־טובֿדיקע, האָט מען דעם שמועס געפֿירט אַן ערנסטן — סײַ וועגן דעם אַמאָל, סײַ וועגן דעם הײַנט, און סײַ וועגן דער צוקונפֿט.
דער ייִוואָ איז אוניקאַל ווי אַ זאַמלונג פֿון ביכער, דאָקומענטן, פֿאָטאָס, ווידעאָס וכ׳. אַ פֿאָרשער, בפֿרט אַ היסטאָריקער, פֿון ייִדישע טעמעס קען ניט אויסמײַדן דעם ייִוואָ, און אָפֿט מאָל פֿאַרברענגט ער דאָרטן אַ היפּש ביסל צײַט. אָן די ייִוואָ־קאָלעקציעס וואָלט זיך די אַקאַדעמישע אַרבעט, פֿאַרשטייט זיך, ניט אָפּגעשטעלט; אָבער ניט צו פֿאַרגלײַכן ווי אָרעמער וואָלט זי געוואָרן. דערווײַל האָט מען ווייניק אויפֿגעטאָן, צו מאַכן די קאָלעקציע צוטריטלעך אויך עלעקטראָניש. פּראָיעקטן פֿון אַזאַ פֿאַרנעם פֿאָדערן אַ סך געלט, און דער אינסטיטוט פּרוּווט אויסזוכן אַזעלכע מעגלעכקייטן. זייער וויכטיק איז די פֿאַרבינדונג, וואָס דער ייִוואָ האָט איצט מיט דער ליטווישער רעגירונג; זי טרעט אַרויס ווי אַ ספּאָנסאָר, אַ דאַנק וועלכן אַ היפּש ביסל אַרכיוואַלע אוצרות וועט מען קענען ניצן אין יעדן ווינקל פֿון דער גאָרער וועלט.
אָבער דער ייִוואָ וויל זיך ניט באַנוגענען בלויז מיט דער אַרכיוואַל־ביבליאָטעקאַרישער פֿונקציע, כאָטש זי אַליין איז געוואַלדיק וויכטיק. באַנוגענען זיך וויל ניט דער אינסטיטוט אויך מיט דעם, וואָס ער פֿירט אַ זומער־פּראָגראַם און, אין די לעצטע יאָרן, אויך אַ ווינטער־פּראָגראַם. דערצו אָרגאַניזירט מען לעקציעס, סעמינאַרן און קלאַסן אויך אין משך פֿון יעדן יאָר. שוין אָפּגעשמועסט פֿון די סטיפּענדיעס, וואָס שאַפֿן אַ מעגלעכקייט פֿאַר די געלערנטע, אַמעריקאַנער און אויסלענדישע, צו פֿאַרברענגען עפּעס אַ צײַט אין ייִוואָ.
דער ייִוואָ וויל אויך דינען ווי אַ וויכטיקער אַקאַדעמישער צענטער, מיט קורסן פֿאַר גראַדויִר־סטודענטן, ווי ס׳איז געווען אין די אַמאָליקע יאָרן. עפּעס — מיר איז שווער צו זאָגן פּינקטלעך וואָס — האָט זיך געביטן זינט יענע צײַטן, ווען סטודענטן פֿון פֿאַרשיידענע ניו־יאָרקער אוניווערסיטעטן האָבן טאַקע געהאַט קלאַסן אין ייִוואָ. איך בין ניט זיכער, צי אַזאַ סטרוקטור קען אויפֿגעלעבט ווערן. די אוראַלטע גריכן האָבן אונדז געלערנט, אַז צוויי מאָל גייט מען ניט אַרײַן אין זעלבן וואַסער. אָבער אַן אינטערנאַציאָנאַלע, אָדער ווי מע האָט הײַנט ליב צו רופֿן עס — גלאָבאַלע, פּראָגראַם פֿאַר יונגע פֿאָרשער קען מען, אַ פּנים, שאַפֿן. צוליב דעם דאַרף מען ווידער אַ מאָל האָבן געלט.
די איינציקע ווינטשעוואַניע דעם 90־יאָריקן בעל־יובֿל איז צו קריגן געלט, וואָס מער געלט, כּדי צו רעאַליזירן די פּלענער, וואָס די מענטשן פֿונעם אינסטיטוט האָבן. די פּלענער זײַנען זייער גוטע, זייער נוצלעכע.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.