„צוליב דעם וואָס איך בין געווען צווישן מוסולמענער אין די יונגע יאָרן האָב איך גוט געוווּסט, אַז זיי זײַנען נישט די בלוטדורשטיקע, באַרבאַרישע טעראָריסטן ווי זיי ווערן באַשריבן פֿון דער נײַעס-מעדיאַ און טעלע־עוואַנגאַליסטן.‟ — אַזוי האָט אַ מאָל געשריבן אדם גאַדאַן, אַ ייִדישער בחור וואָס האָט אָנגענומען דעם מוסולמענישן גלויבן און שפּעטער געוואָרן אַ באַרימטער טעראָריסט.
אין אַפּריל האָט דאָס „ווײַסע הויז‟ אַנאָנסירט, אַז גאַדאַן איז דערהרגעט געוואָרן פֿון אַן אָנפּילאָטניק אין יאַנואַר.
גאַדאַן איז געווען דער זון פֿון אַ ייִדיש פּאָרפֿאָלק מיטן נאָמען פּערלמאַן, וואָס האָט אָנגענומען דעם קריסטלעכן גלויבן, און פֿון פּערלמאַן איז געוואָרן גאַדאַן. אָדמס וועג קיין עקסטרעמיזם איז געווען אַ קלאָרער. ער האָט אָנגעהויבן זײַן לעבן אין אַזאַ סאָרט משפּחות, וואָס דערציִען די קינדער אין דער היים, כּדי „די אַרומיקע, זינדיקע וועלט‟ זאָל נישט האָבן אויף זיי קיין השפּעה. אָבער דעם יונגן אדם איז עס געווען נישט גענוג, און צו 17 יאָר איז ער אַריבער צו איסלאַם; נישט סתּם איסלאַם, נאָר אַרײַן אין אַ „חבֿרותא‟ פֿון יונגע לײַט, וואָס זיי זענען נישט געפֿעלן געוואָרן די גוטע באַציִונגען צווישן דעם פֿאָרזיצער פֿונעם מעטשעט און די ייִדן.
מיט צוויי יאָר שפּעטער, אין 1997, איז ער אָנגעפֿאַלן אויף דעם פֿאָרזיצער און אַנטלאָפֿן קיין פּאַקיסטאַן, וווּ ער האָט חתונה געהאַט מיט אַן אַפֿגאַניש מיידל. ער האָט געזאָגט זײַנע עלטערן, אַז ער אַרבעט ווי אַ זשורנאַליסט, און צוליב דעם מוז ער אָפּהאַקן די קאָנטאַקטן מיט זיי. אין זײַן פֿאַרשטאַנד, האָט אַ זשורנאַליסט געמיינט צו זײַן אַ פּראָפּאַגאַנדיסט לטובֿת בין לאַדען.
אין 2004 האָט ער געמאַכט זײַן ערשטן ווידעאָ פֿאַר „אַל-קײַדאַ‟, וווּ ער האָט געזאָגט: „מיט דער הילף פֿון אַללאַ, וועלן די גאַסן פֿון אַמעריקע פֿאַרגאָסן ווערן מיט בלוט.‟ און פּונקט ווי די ייִדן זײַנען מצליח אין אַ סך בראַנזשעס, איז דער יונגער אַמעריקאַנישער ייִד געוואָרן צווישן די וויכטיקסטע פּאַרשוינען אין דער וועלט פֿון איסלאַמישן עקסטרעמיזם.
אדם גאַדאַן האָט קיין מאָל נישט דערגרייכט קיין הויכן ראַנג אין „אַל-קײַדאַ‟, אָבער ער האָט געהאַט אַ ריזיקע השפּעה אויף די אַלע קאָמאַנדירן, אַרײַנגערעכנט אַפֿילו אָסאַמאַ בין לאַדען. פֿאַר אים איז טעראָריזם געווען אַן אָרטיקע זאַך. אַ יונגערמאַן פֿון דער רײַכער בין לאַדען־משפּחה אין סאַודיע האָט קאָלאַבאָרירט מיט אַ מאַכמעדאַנישן „בעל-תּשובֿה‟ פֿון עגיפּטן, אײַמאַן אַל-זאַוואַהירי, און צוזאַמען האָבן זיי געקעמפֿט קעגן די סאָוועטן אין אַפֿגאַניסטאַן און געשאַפֿן אַ נײַע אָרגאַניזאַציע, „אַל-קײַדאַ‟.
אָבער זיי האָבן זיך גענייטיקט אין גאַדאַנס קענטעניש פֿון דער מערבֿ-וועלט, כּדי זייער איניציאַטיוו זאָל ווערן אַן אינטערנאַציאָנאַלע דערשײַנונג. די כוואַליע מערבֿדיקע מוסולמענער, וואָס פֿאָרט הײַנט צו טאָג קיין סיריע און קיין איראַק, איז פֿאַרסמט געוואָרן פֿון גאַדאַנס פּראָפּאַגאַנדע. ער האָט אָנגעפֿירט מיט „אַס-סאַהאַב‟, דאָס מעדיאַ-געשעפֿט פֿון „אַל-קײַדאַ‟, וואָס האָט פּראָדוצירט די אינטערנעץ-קליפּן פֿאַר דער אָרגאַניזאַציע. ער אַליין האָט זיך באַטייליקט אין מער ווי 20 אַזעלכע ווידעאָס. עקספּערטן פֿון טעראָריזם האַלטן, אַז אַ גרויסע „מעלה‟ פֿון אָט די עקסטרעמיסטן איבער די טראַדיציאָנעלע, מיטלמעסיקע איסלאַמישע למדנים איז, וואָס די טעראָריסטן פֿאַרשטייען זיך גוט אײַן אין טעכנאָלאָגיע, און די למדנים פֿאַרשטייען נאָר די טראַדיציע, ווי גוטע כּולל-בחורים. אדם גאַדאַן האָט צו זיי אויסגעשטרעקט די האַנט.
כּדי צו פֿאַרשטיין, ווי וויכטיק איז גאַדאַן געווען פֿאַר „אַל-קײַדאַ‟, מוז מען דערמאָנען דעם בריוו, וואָס אָסאַמאַ בין לאַדען האָט באַקומען פֿון גאַדאַן — כּלערליי עצות סײַ וועגן מעדיאַ און סײַ דער פּאָליטישער ריכטונג פֿון „אַל-קײַדאַ‟ אין אַלגעמיין. דער בריוו איז באַשטאַנען פֿון 21 זײַטלעך און באַשריבן פּרטימדיק די פֿאַרשידענע בראַנזשעס פֿון „אַל-קײַדאַ‟ אין זייערע באַציִונגען מיט דער צענטראַלער אָרגאַניזאַציע.
פֿאַר זײַן אייגענעם טויט איז גאַדאַן געווען דער הויפּט-מענטש אין דעם אַלעמען, וואָס האָט געהאַט אַ שײַכות מיט דער ענגליש-רעדנדיקער וועלט. ער האָט אָנגעשריבן אַרטיקלען און געמאַכט אינטערוויוען פֿאַרן ענגלישן זשורנאַל פֿון „אַל-קײַדאַ‟ אינעם אַראַבישן האַלב-אינדזל. נישט לאַנג פֿאַר זײַן טויט, האָט ער זיך באַטייליקט אין דער ערשטער אוידיציע פֿון אַ נײַעם ענגלישן זשורנאַל פֿאַר דער נײַער „אַל-קײַדאַ‟־בראַנזשע אינעם אינדישן סוב-קאָנטינענט.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.