צװישן די אַלע מאָמענטן פֿון מײַנע קינדער־יאָרן אין לאָס־אַנדזשעלעס געדענק איך זײער גוט צװײ הױכפּונקטן: צו דרײַצן יאָר בין איך געװאָרן בר־מיצװה, און צו זעכצן יאָר, להבֿדיל, האָבן טאַטע־מאַמע מיר געקױפֿט אַן אױטאָ.
דאָס איז געװען נישט נאָר אַ גרױסע מתּנה פֿאַר מיר (דער אױטאָ, אַ „סאַטורן“ פֿון 2003, איז געװען אַ געניצטער, אָבער פֿאָרט נישט קײן אַלטער). טאַטע־מאַמע האָבן מיך פּשוט מער נישט געװאָלט פֿירן אין שול, אין היברו־סקול, אױף אָרקעסטער־רעפּעטיציעס, אױף ראַנדקעס… װוּהין אַ זעכצן־יעריק ייִנגל װיל נאָר פֿאָרן, האָבן זײ מיך געדאַרפֿט פֿירן און שפּעטער אָפּנעמען צוריק אַהײם. די לאָס־אַנדזשעלעסער אונטערבאַן איז דעמאָלט געװען שפּאָגל נײַ, און אַפֿילו הײַנט דערגרײכט זי נישט אונדזער געגנט. דער געניצטער אױטאָ האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט מײַן אומאָפּהענגיקײט פֿון די עלטערן, ממש אַ נײַע תּקופֿה אין מײַן יונג לעבן.
מיט אַ פּאָר װאָכן צוריק האָב איך געקראָגן אַ טרױעריקן בליצבריװ פֿון דעם טאַטן: דער אױטאָ, װאָס איך האָב געדאַרפֿט בײַ אים איבערלאָזן, װען איך האָב זיך אַריבערגעקליבן קײן ניו־יאָרק, איז קאַליע געװאָרן. איך קען נישט מעסטן װיפֿל שעהען איך האָב פֿאַרבראַכט, פֿאָרנדיק מיט אים, סײַ אין די פֿרײלעכע צײַטן, סײַ אין די װײניק פֿרײלעכע צײַטן. בשעת איך בין געזעסן אין אױטאָ, האָב איך זיך דערװוּסט, אַז מע האָט מיך אָנגענומען אין אוניװערסיטעט. אױפֿן װעג אַהײם פֿון דער אַרבעט האָב איך איבערגעלעבט מײַן ערשטן אױטאָ־אינצידענט, פֿאַקטיש די אײנציקע ביז איצט, װען אַ צװײטער שאָפֿער, אַ יונגע פֿרױ, האָט זיך נישט אָפּגעשטעלט אויפֿן רױטן סיגנאַל און איז אַרײַנגעפֿאָרן אין דער לינקער זײַט פֿון מײַן „סאַטורן‟. אָבער נישט װעגן די-אָ שטריכן פֿון מײַן אױטאָס לעבן װיל איך דערצײלן דעם „פֿאָרװערטס‟־לײענער.
דער אױטאָ האָט זיך ספּעציעל אױסגעטײלט מיט זײַן ייִדישיסטישן ייִחוס, בפֿרט װען מע נעמט אין באַטראַכט, אַז דער אױטאָ איז קײן מאָל נישט אַרױסגעפֿאָרן פֿון קאַליפֿאָרניע. װאָס בין איך דאָ אױסן מיטן זאָג „אַ ייִדישיסטישער ייִחוס“? אין סטענפֿאָרד־אוניװערסיטעט בין איך געװאָרן דער אומאָפֿיציעלער שאָפֿער פֿונעם צענטער פֿאַר ייִדישע לימודים א״נ פֿון טאַובע. מע פֿלעג פֿאַרבעטן דעם גאַסטרעדנער אױף װעטשערעס מיט די פּראָפֿעסאָרן און סטודענטן פֿון דער אָפּטײלונג, אָבער מע האָט, דאַכט זיך, שטענדיק פֿאַרגעסן צו בעטן, אַז עמעצער זאָל דעם רעדנער ברענגען אין רעסטאָראַן. בין איך, װי אַ סטודענט, װאָס האָט געמעגט פּאַרקירן אױפֿן קאַמפּוס גופֿא, געװען דער פּאַסיקסטער קאַנדידאַט.
אין מײַן אױטאָ זענען געזעסן עטלעכע אָנגעזעענע פּערזענלעכקײטן פֿון דער ייִדיש־פֿאָרשונג, צװישן זײ, פּראָפֿעסאָר אַבֿרהם נאָװערשטערן פֿון דעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים און ד״ר יצחק ניבאָרסקי פֿון דער „מעדעם־ביבליאָטעק‟ אין פּאַריז. פּראָפֿ׳ יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלער פֿון ראָטגערס־אוניװערסיטעט, דער טעאָרעטיקער פֿונעם ייִדישן פּאָסטמאָדערניזם, איז אױך געפֿאָרן מיט מיר אין אױטאָ, צוזאַמען מיט מײַן דעמאָלטיקן אַקאַדעמישן בעל־יועץ, פּראָפֿעסאָר גבֿריאלה ספֿרן, װאָס האָט מיט אַ פּאָר יאָר צוריק אַרױסגעלאָזט אַ ביאָגראַפֿיע פֿון ש. אַנ־סקי.
אַנדערע פּערזענלעכקייטן, װאָס זענען נישט פֿאַררעכנט פֿאַר ייִדיש־פֿאָרשערס, אָבער באַקאַנט דער „פֿאָרװערטס‟־לײענערשאַפֿט, זענען אױך געװען מײַנע פּאַסאַזשירן, צװישן זײ — דער מאָסקװער מוזיקער פּסאָי קאָראָלענקאָ, װאָס איז אַרױסגעטראָטן אין סטענפֿאָרדער „הילל־הױז‟. װען דער גרױסער קענער פֿון גמרא, הרבֿ און פּראָפֿעסאָר דוד װײַס־הלבֿני, האָט אָפּגעהאַלטן אַ לעקציע האַרט פֿאַר שבת, בין איך געװען זײַן „איזוואָשטשיק‟ ביזן האָטעל לעבן דער אָרטאָדאָקסישער שיל אין פּאַלאָ־אַלטאָ. אין אױטאָ האָבן מיר געכאַפּט אַ שמועס אױף מאַמע־לשון װעגן זײַן הײמשטאָט סיגעט, װעגן ייִדיש אין ישׂראל און נאָך אַנדערע טעמעס. די לעצטע ייִדיש־פּערזענלעכקײט, װאָס איז געזעסן בײַ מיר אין אױטאָ איז געװען די יונגע זינגערין און אַרטיסטקע, רײנע שעכטער.
מײַן טאַטע האַלט אין אָפּראַטעװען שטיקער פֿונעם קאַליע געװאָרענעם אױטאָ מיט דער האָפֿענונג, אַז ער וועט זײ קענען פֿאַרקױפֿן. סע פֿאַלט מיר אײַן, אַז אין אַ סך ייִדישע מוזײען קאָן מען זען אַן אַלטן כּיסא־של־אליהו, די שטול װאָס אױף איר זיצט דער סנדק בעת דער ברית־צערעמאָניע. װען אײנער פֿון די ייִדישע מוזײען אין קאַליפֿאָרניע װאָלט צוגעגרײט אַן אױסשטעלונג װעגן ייִדיש, װאָלטן מיר אים געשאָנקען דעם פּאַסאַזשירס פֿאָטעל פֿון פֿאָרנט, ער זאָל דאָרט האָבן אַ בכּבֿודיק אָרט צװישן די אוצרות פֿון דער ייִדישער קולטור.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.