ווען דזשעף וואַנג, אַן אײַנוווינער פֿון אַ פֿאָרשטאָט פֿון שאַנכײַ, האָט אַפּליקירט אין די אַמעריקאַנער קאָלעדזשן מיט צוויי יאָר צוריק, איז בראַנדײַס־אוניווערסיטעט געווען איינער פֿון זײַנע ערשטע ברירות, צוליב איר אויסגעצייכנטער אַקאַדעמישער רעפּוטאַציע, און אויך צוליב דער שולס ייִדישן כאַראַקטער.
„די אָנפֿירער זענען ייִדן, און ייִדן זענען קליגער. אַזוי האָבן אַ סך מענטשן געזאָגט אויף די אינטערנעץ־פֿאָרומס,‟ האָט וואַנג, איצט אַ בראַנדײַס־סטודענט פֿון עקאָנאָמיע און פֿײַנער קונסט, באַמערקט. וואַנג איז איינער פֿון די 10% בראַנדײַס־סטודענטן, וואָס קומען פֿון כינע דאָרט צו שטודירן.
בראַנדײַס איז געגרינדעט געוואָרן אין 1948 ווי אַן אַלטערנאַטיוו פֿאַר פֿעיִקע אַמעריקאַנער ייִדישע סטודענטן, וועלכע מע האָט נישט אַרײַנגעלאָזט אין די „אײַווי־ליג‟ אוניווערסיטעטן אין יענע יאָרן. מיט 20 יאָר צוריק זענען מער ווי 60% פֿון די סטודענטן געווען ייִדן. הײַנט באַטרעפֿן זיי בלויז 40־45%.
פֿאַראַיאָרן זענען בערך אַ פֿערטל פֿון די אַרײַנקומענדיקע סטודענטן געווען פֿון אויסלאַנד. אַחוץ כינע, קומען סטודענטן אויך פֿון דרום־קאָרעע, אינדיע, קאַנאַדע און ישׂראל.
בראַנדײַס איז נישט דער איינציקער אַמעריקאַנער אוניווערסיטעט, וואָס נעמט אָן אַ סך כינעזישע סטודענטן. אינעם אַקאַדעמישן יאָר 2013־2014, האָבן מער ווי 274,400 כינעזישע יונגע לײַט שטודירט אין די אַמעריקאַנער אוניווערסיטעטן. אָבער נעמענדיק אין באַטראַכט דעם ייִדישן כאַראַקטער פֿון בראַנדײַס, זענען די ענדערונגען אין דער סטודענטנשאַפֿט — און דער פֿירערשאַפֿט — באַצייכנט ווי אַ סענסיטיווער ענין.
אין יולי, למשל, וועט ליסאַ לינטש, אַ נישט־ייִדישע הויך־ראַנגיקע אַדמיניסטראַטאָרין אין בראַנדײַס, צײַטווײַליק פֿאַרנעמען דאָס אָרט פֿונעם אַרויסגייענדיקן פּרעזידענט, פֿרעדעריק לאָרענץ, ביז מע זוכט אַ פּערמאַנענטן פֿאַרטרעטער. לינטש וועט זײַן דער ערשטער נישט־ייִד צו פֿאַרנעמען די העכסטע פּאָזיציע אין דעם אוניווערסיטעט. זי זאָגט אָבער, אַז זי וויל נישט דעם פּערמאַנענטן פּאָסטן.
אַנדרו פֿלייגל, דער וויצע־פּרעזידענט פֿון אַרײַנקומענדיקע סטודענטן, האָט דערקלערט, אַז די הויכע ציפֿער אינטערנאַציאָנאַלע סטודענטן אין די לעצטע פּאָר יאָר, איז בלויז געווען אַ צופֿאַל. „אין די לעצטע צוויי יאָר האָט זיך געמאַכט, אַז זייער אַ סך אויסלענדישע סטודענטן האָבן באַשלאָסן צו קומען אַהער, אַ זאַך וואָס מיר האָבן זיך אויף דעם נישט געריכט,‟ האָט פֿלייגל געזאָגט. „דערפֿאַר האָבן מיר הײַיאָר טאַקע אָנגענומען אַ סך ווייניקער אויסלענדער.‟
די סיבה פֿאַר וואָס אַן אָנגעזעענער אוניווערסיטעט ווי בראַנדײַס וואָלט בכלל געפּרוּווט צוציִען אויסלענדישע סטודענטן איז קלאָר: זיי זענען נישט ראָוי צו באַקומען פֿעדעראַלע הלוואות, באַצאָלן זיי דעם גאַנצן שׂכר־לימוד — אַ זאַך, וואָס אַ סך אַמעריקאַנער סטודענטן קענען נישט טאָן.
נישט געקוקט אויף דעם, אַז אַלץ וואָס ווייניקער ווי אַ העלפֿט פֿון די סטודענטן זענען ייִדן, איז דאָס ייִדישע לעבן אויפֿן קאַמפּוס דווקא אַ סך מער לעבעדיק ווי אַמאָל. רחלי בערקאָוויץ, אַ סעניאָר, האָט געזאָגט, אַז ווען איר טאַטע האָט שטודירט אין בראַנדײַס, זענען 75% פֿון די סטודענטן געווען ייִדן, אָבער קיין טעגלעכער מנין איז נישט געווען. הײַנט קומען פֿאָר נישט ווייניקער ווי דרײַ טעגלעכע מנינים, כּל־המינים שבת־מנינים, און קולטורעלע אַקטיוויטעטן, ווי אַקאַפּעלאַ־פֿאָרשטעלונגען פֿון העברעיִשע לידער און אַ ייִדיש־קלוב.
The Yiddish Daily Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. In the interest of maintaining a civil forum, The Yiddish Daily Forwardrequires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and The Yiddish Daily Forward reserves the right to remove comments for any reason.